כל האוספים
געצייגן
אנערקענען מיינע באגרעניצונגען
אנערקענען מיינע באגרעניצונגען

עס איז א גבורה צו אנערקענען אז איך בין נישט קיין כל יכול. עס איז אקעי אז איך קען נישט אלעס אליינס און איך קען בעטן הילף דארט ווי איך דארף

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

דאס דארף ווען צו זיין א גאר פשוט'ע און מענטשליכע פונקציע. איינס פון די גרינגסטע וואס איז נאר שייך. אבער פאקטיש איז דאס גארנישט אזוי. למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז גאר א שווערע זאך. יא, איך רעד דא פון דעם פשוט'ן געברויך צו אנערקענען מיינע באגרעניצונגען, און צו פארשטיין אז ווען די רעדע איז פון עפעס וואס איז ווייטער פון דעם, דארף איך בעטן הילף.

אויפן פאפיר זעהט עס אויס גאר שכל'דיג און אפילו גרינג, אבער עס איז ממש א שאד אז במציאות - לכל הפחות אין מיין אייגענעם מציאות - איז עס ממש נישט אזוי. יעדעס איינציגסטע שורה אין דעם מעשה איז עפעס וואס איך דארף אריינקריצן אין מיין מח און דערנאך זיך שטארקן אויף דעם שוועריגקייט, און ערשט דערנאך דארף איך עס פראקטיצירן און איבער'חזר'ן איין מאל און נאכאמאל. און אפילו נאך דעם אלעם איז עס גאר אפט זייער א שווערע זאך.

און נאך דעם אלעם, רעדט זיך עס ס"ה פון גאנץ פשוט'ע פעולות. ווייל טראץ וואס איך דארף עס אינטערנאליזירן, זיך שטארקן אויף דעם שוועריגקייט און זיך דערלערנען עס צו טון דורך עס איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, איז עס נאך אלץ נישט עפעס א פארפלאנטערטע עסק וואס איך פארשטיי נישט דערצו. עס בלייבט נאך אלץ א פשוט'ע, פארשטענדליכע זאך.

וואס מער איך טוה עס אויספירן, אלס מער פארשטיי איך אז דער יסוד פון דעם גאנצן געשעפט וואס רופט זיך "ערהוילונג", איז עפעס וואס איך קען עס בהחלט ארייננעמען אין מיר, אריינקריצן אין מיין מח און פאקטיש אויספירן די רייע פון פשוט'ע פעולות פון וועלכע מען רעדט. וואס מער איך טוה עס פאקטיש אויספירן, אלס מער פארשטיי איך ווי חשוב און וויכטיג עס איז, און ווי שווערער עס קומט מיר אן, אלס מער כאפ איך אז דא טאקע ליגט דער הונט באגראבן. יעדעס מאל וואס איך בלייב שטעקן און איך בין נישט מצליח, שפיר איך ווי מיינע אלטע געפיהלן קומען צוריק, און יעדעס מאל וואס איך בין יא מצליח און איך מאך פארשריט, שפיר איך אלס מער ווי איך ווער באפרייט.

עס איז נישט אומזיסט אז די רוהיגקייט געבעט איז די תפילה וואס ווערט דאס מערסטע אידענטיפיצירט מיט די וועלט פון ערהוילונג פון אלע סארט עדיקשאנס. עס שיינט אז דאס אנערקענען אין דעם מציאות אז עס זענען פארהאן זאכן וועלכע זענען פשוט אריבער דעם גרעניץ פון מיין יכולת, איז א פונדאמענט צו דעם גאנצן מציאות פון זיך ערהוילן. און דערפאר טאקע בעט איך אין דעם רואיגקייט געבעט "די רואיגקייט אנצונעמען די זאכן וועלכע איך קען נישט טוישן, די קוראזש צו טוישן די זאכן וואס איך קען יא, און די פארשטאנד צו פארשטיין דעם חילוק". ווען אימער איך פארגעס פון דעם און איך פרוביר צו טוישן די זאכן וועלכע איך קען נישט, גראב איך זיך אליינס דעם גרוב אין וועלכן אין גיי אריינפאלן.

ביי מיר שטעלט זיך דאס אויס אין צוויי סארטן עניינים אין לעבן. דאס ערשטע איז אין דעם ענין פון לאסט. ווען איך פארגעס אז איך בין מאכטלאז אנטקעגן לאסט, און עס דאכט זיך מיר אז מיט עפעס א געוויסע לעוועל פון לאסט קען איך זיך יא פארמעסטן, באגיי איך א קריטישן טעות. אין דעם שטח מוז איך מיר אינטערנאליזירן דעם פאקט אז איך בין באגרעניצט און איך דארף בעטן הילף. נאר דער פאקט אליינס, אז איך בין מודה אז איך בין מאכטלאז און איך בעט הילף ביי א צווייטן טוט מיך שוין באפרייען פון דעם געברויך צו פרובירן זיך אליינס צו פארמעסטן מיט דעם, און גאר אפט איז דאס די גאנצע וואס עס פעלט מיר אויף זיך צו קענען מכניע זיין און לאזן דעם כוואליע אריבערגיין. איך הער אויף זיך צו פארמעסטן מיט דעם שטורעם ווינט און אנשטאט פארמעסט איך זיך מיט די זאכן מיט וועלכע איך קען יא.

און אפילו אין דעם אלגעמיינעם טאג טעגליכן לעבן, מוז איך נישט טרייען צו טון אלעס אליינס. אמת, דאס לעבן איז פול מיט רייצענישן, אבער עס זענען פארהאן זאכן וועלכע זענען פשוט נישט אין מיין שליטה, זיי זענען שטערקער פון מיר. איך מוז נישט קענען אלעס טון אליינס, ווייל עס ארבעט פשוט נישט. און טאקע דערפאר, ווען איך פרוביר זיך אליינס צו פארמעסטן, זעהט אלעס אויס ריזיג. און רוב מאל איז דאס איינציגסטע זאך וואס פעלט זיך אויס פאר מיר צו טאן, איז זיך אפצושטעלן פאר א רגע, זיך פארבונדן מיט א חבר, אנערקענען אז איך בין מאכטלאז אקעגן דעם און בעטן הילף און שטיצע. רוב מאל איז די איינע רגע פון שטיצע, די איינע גוטע ווארט פון א נאנטן חבר איז אלעס וואס איך דארף האבן זיך צו קענען צוריקשטעלן אין פלאץ, פארשטיין אז עס איז אקעי אז עס זענען פארהאן זאכן וואס זענען שטערקער פון מיר, עס אננעמען מיט די פולסטע רואיגקייט און גיין ווייטער אין לעבן זיך צו פארמעסטן נאר מיט די זאכן וואס דער באשעפער האט מיר יא געגעבן די מעגליכקייט זיי צו טוישן.

היינט איז געווען איינס פון די סארט טעג. די לופט איז געווען פול מיט לאסט, טראץ וואס איך האב נישט געטרונקען דערפון. עס האבן זיך מיר געמאכט שוועריגקייטן אויף יעדן טריט און שריט, אזעלכע וואס וואס איך קען זיך יא פארמעסטן מיט זיי און אזעלכע וואס נישט. איך האב אויפגעהויבן א טעלעפאן צו מיין ספאנסער, אים פארציילט וואס גייט אריבער אויף מיר, איך האב באקומען אביסעלע דירעקשאנס, אבער וויכטיגער פון דעם איז געווען די שטיצע צו גיין ווייטער. און פונקט ווי יעדעס מאל, האט עס דאס מאל אויך געארבעט. עס האט מיך באפרייט. דאס לעבן איז טאקע נישט פלוצלינג געווארן גרינגער, אבער עס איז יא געווארן פשוט'ער און ווייניגער פארפלאנטערט.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?