איך בין מאכטלאז

וואס מיינט דאס אז איך בין מאכטלאז, וויאזוי קום איך אן דאס צו שפירן, און וואס דאס קען אויסווירקן אין דעם טאג טעגליכן לעבן

עודכן לפני יותר משבוע

איך בין מאכטלאז!!!

אבער וואס פונקטליך מיינט דאס.

ווען איך האב אנגעהויבן זוכן הילף פאר מיין פראבלעם, האט מען מיר געזאגט אז איך בין מאכטלאז אקעגן די תאוה. איך האב נישט די כח זיך צו שלאגן און איך בין נישט שטערקער פון אים. אבער מיט'ן באשעפער'ס הילף, קען עס פאסירן. דער באשעפער וועלכער האט באשאפן מיך מיט די תאוה, ער קען אויך מאכן אז איך זאל איר קענען איבערקומען.

אבער כדי אז דאס זאל פאסירן מוז איך צוערשט פארשטיין אז איך אליינס, מיט מיינע כוחות, בין איך מאכטלאז אקעגן די דאזיגע שטארקע תאוה. עס איז מיר געווען זייער שווער אנצונעמען אזא סארט געדאנק, אבער נאך שווערער איז עס געווען צו פארשטיין. וואס הייסט דאס אז איך בין מאכטלאז? די תורה האט דאך געגעבן א בחירה יא צו זינדיגן אדער נישט צו זינדיגן, און איך האב נישט גענוג שטארק פרובירט זיך מתגבר צו זיין אויף מיין יצר הרע און דערפאר פאל איך דורך איין מאל און נאכאמאל. אבער אויב איך וועל זיך באמת אונטערגארטלען און זיך שטארקן איבער'ן יצר הרע, וועל איך מצליח זיין.

אבער עס איז געקומען דער טאג וואס איך בין געווארן באמת איבערצייגט אז איך קען טאקע נישט. עס איז נישט געקומען אויף איין מאל. איך בין א שטייטער לערנער און אויך דאס האט געדויערט א שיין שטיק צייט ביז איך האב זיך דאס דערלערנט. נאר נאך וואס איך האב שוין געטאן וואס אימער איך האב געקענט, נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, נאר הונדערטער מאל, און נאך אלץ דורכגעפאלן. נאר נאך וואס איך האב זיך געהאקט די קאפ אין וואנט און געשריגן מיט קולי קולות אז איך וויל נישט, און איך האב געשפירט ווי מיט געבונדענע הענט טוה איך נאך אלץ די זאכן, ממש ווי געצוואונגען, נאר דאן האב איך זיך איבערצייגט אז איך האב אויף אן אמת פארלוירן די בחירה.

עס האט אסאך געהאלפן אז איך האב געזעהן אז דער געדאנק ווערט שוין געברענגט אין ספרים הק', אז עס קען קומען צו אזא מצב אז א מענטש פארלירט די בחירה אויף א געוויסע זאך.

איך האב דאן אנגעהויבן פארשטיין אז דא ביי מיר איז די רעדע פון א מחלה, וואס איך אין קען נישט אויספייטן דורך נוצן מהלכים און טאקטיקן וואס מען נוצט אויף עבירות וואס קוקן אויס ענליך צו מיין מחלה. איך האב אנגעהויבן פארשטיין אז איך וועל מוזן נוצן גאר אנדערע מהלכים. אבער דאס ערשטע, און אפשר גאר די וויכטיגסטע זאך, דארף זיין טאקע דאס. אז איך זאל וויסן, און עס געדענקען, און לעבן מיט דעם תחושה און מיט דעם מציאות אז איך בין מאכטלאז איבער דעם מחלה.

ברגע איך האב דאס דערשפירט מיט'ן פולן מציאות פון מיין וועזן, האבן פארשידענע זאכן זיך אנגעהויבן טוישן. וויבאלד איך האב באמת געלעבט מיט דעם תחושה אז איך בין מאכטלאז, האב איך אויטאמאטיש געלעבט מיט דעם מציאות אז איך מוז צוקומען צו איינעם וואס איז שטערקער ווי מיר, וואס דאס איז דער באשעפער, ווייל ער, און נאר ער, קען מיר אויסהיילן פון די מחלה.

דאס אליינס האט מיר שוין געגעבן א הרגשה פון הכנעה צום אויבערשטן. מיין גאנצער בליק אויפן לעבן האט זיך געטוישט. די הרגשה וואס איך האב אלעמאל געהאט אין מיר אז אויב איך וויל, וועל איך עס באווייזן האט זיך פלוצלינג געטוישט און איך האב געשפירט "אויב דער באשעפער וועט רחמנות האבן אויף מיר און מיר העלפן, דאן וועל איך קענען". און אט די טויש האט זיך זייער שנעל אנגעזעהן אויף מיר, אויף אזוי ווייט אז מיינע נאנטע מענטשן האבן עס באמערק און מיר אויפגעמערקט אז איך האב זיך עפעס זייער געטוישט, כאטש וואס זיי האבן נישט געקענט אנווייזן מציאות'דיג וואס דער טויש איז און איך האב אוודאי נישט געוואוסט.

היינט, קוקנדיג אויף צוריק, ווייס איך און איך פארשטיי אז דאס איז געווען דער קלארער הכרה, וועלכער האט זיך אריינקריצט אין מיין מח ווי א חלק פון מיין מציאות, אז איך בין א פארלוירענער מענטש און נאר דער באשעפער קען מיר העלפן. און דאס וואס זיי האבן געזעהן איז געווען אט די הרגשה פון הכנעה פארן באשעפער.

נאך א זאך וואס האט נאכגעפאלגט גאנץ נאטורליך, כמעט אן קיין עקסטערע פלאג, איז געווען, אז איך האב אנגעהויבן אוועקשטיין פון זאכן וואס איך האב געקלערט אז זיי קענען אנצונדן מיין תאוה, ווייל איך האב געוואוסט אז עס איז שטערקער פון מיר און איין מאל אז דער תאוה איז אנגעצונדן וועל איך עס נישט קענען אויסלעשן ביי מיין בעסטן ווילן.

פלוצלינג איז אין מיר געבוירן געווארן אזא סארט געפיל, ווי א שאק, וועלכער האט מיר געגעבן א שאקל יעדעס מאל וואס איך האב עפעס געזעהן וואס האט געדראעט אנצוצונדן אין מיר די תאוה. עפעס ווי א ווארענונג וואס האט הויך אפגעהילכט אין מיין מח און געווארנט: גיי נישט דארט ווייל דאס איז שרעקליך מסוכן פאר דיר.

די צוויי זאכן אליינס האט שוין געמאכט א גרויסער, דערקענבארער שינוי אין מיין לעבן וועלכע האט אנגעהויבן זיך צו טוישן, איין טריט אויף אמאל, ביז איך בין אנגעקומען ווי איך האלט היינט בעז"ה.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?