לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
חברותא און אנהענגיגקייט (דעפענדענס)
חברותא און אנהענגיגקייט (דעפענדענס)

וואס מיינט דאס דעפענדענס -תלות, וויאזוי פאסירט דאס, וואס טוט דאס צום מענטש. און בכלל, וואס איז שלעכט מיט האבן זייער א נאנטער חבר

עודכן לפני יותר מ-6 שנים

יעדער מענטש דארף האבן חברותא. חוני המעגל האט געזאגט או חברותא או מיתותא. אויב האט מען נישט דעם מציאות פון חברותא, איז בעסער צו שטארבן.

וואס מיינט דאס חברותא?

חברותא איז דער מציאות אז א מענטש ווערט קאנעקטעד מיט א צווייטן אויף אן עמאשאנעל לעוול:
מרדכי: חעזקל'ע טייערער, עס איז מיר שווער אויפן הארצן. מיין זון גייט יעצט אדורך..., מיין בעה"ב האט מיר היינט..., מיין באנק אקאונט איז ליידיג און דער לענדלארד וויל מיך ארויסווארפן.

מרדכי ווייסט אז חזקל'ע איז אליינס אן עני ואביון און קען אים מיט גארנישט העלפן. אבער דער מציאות אז מרדכי האט זיך ארויסגערעדט צו נאך א מענטש, און דער מענטש הערט אים אויס און ווייזט אים ארויס מיטגעפיהל, מאכט מרדכי'ן זיך שפירן בעסער עמאשאנעלי.

אזוי האט אונז דער באשעפער באשאפן. מיר זענען סאושעל ביאינגס. מיר זענען עמאשאנעל מציאות'ן. פונקט ווי יעדער מענטש דארף האב עסן. גשמיות'דיגע עסן אריינצולייגן אין זיין מאגן, אזוי דארף ער האבן עמאשאנעל עסן, עמאשאנעל קאנעקשן וואס זאל אריינגיין אין זיין הארץ

(דער איינציגסטער חילוק איז אז דעם עמאשאנעל חלק קען מען מער אביוזן. אז איר וועט נישט עסן עטליכע טעג וועט איר שטארבן, אבער אז איר וועט נישט האבן דעם עמאשאנעל קאנעקשן וואס איר דארפט וועט איר נישט שטארבן גלייך. נאר איר וועט מיט די צייט משוגע ווערן...)

דאס איז אמת אין יעדן שטח פון לעבן. פרנסה, קינדער, סאושעל, עבודת השם, וכו' וגו'. אזוי האט דער באשעפער אונז באשאפן. חז"ל זאגן, וקנה לך חבר. א חבר דארף מען קויפן. נישט מיט געלט, נאר מיט ארבעט. א רילעישאנשיפ מיט א צווייטן מענטש ווערט געבויעט נאר מיט ארבעט. מיט זיך אוועק געבן פאר יענעם.

די גאר איידעלע ווארט אויף ענגליש פאר סעקס צווישן א מאן און זיין פרוי איז
 intimacy,
 האט מיר אמאל איינער געזאגט אז דאס ווארט אינטימעסי איז: אין טו מי סי
(in to me see)
דאס הייסט אז איך עפן זיך פאר דיר און דו קענסט אריינקוקן אין מיר. אין מיין הארץ. אין מיינע געפיהלן. זעהן ווער איך בין באמת. ווייל דאס איז באמת די מטרה פון סעקס צווישן א מאן און זיין פרוי. דאס עפענען זיך דעם קערפער, פיזיש, דארף אפצושפיגלען א אינערליכע קאנעקשן. א אינערליכע אפענקייט. צווישן א מאן און זיין פרוי איז נישט דא (אדער אזוי דארף עכ"פ צו זיין) קיינע סודות. אלעס איז אפן. דאס הארץ, די מוח און אויטאמאטיש אויך דער קערפער.

מיר אלע גייען ארויס אויף די גאס יעדן צופרי און מען פארשטעלט זיך, מען טוט אן א מאסקע. דער שטעלט זיך אהער אלס גיבור, יענער אלס עסקן, דער אנדערער אלס עפעס אנדערש. אבער 99 פראצענט איז דער מענטש אינעווייניג בכלל נישט דאס וואס דו זעהסט אינדרויסן. דער גרויסער גיבור וואס דו זעהסט, דער בולי, ער קען זיין אינעווייניג אזוי צוקלאפט און צובראכן, און גאר אפט איז ער טאקע.

אינטימעסי איז ווען איך טוה אויס מיין מאסקע פאר יענעם.

בדרך כלל בויעט זיך אזא סארט רילעישאנשיפ ווען איינער געבט זיך אוועק פאר'ן צווייטן. און נישט אויף צוריק צו באקומען. פשוט ווייל ער וויל יענעם העלפן ער וויל יענעם געבן (ווייל ער האט יענעם ליב). אוודאי באקומט מען צוריק, מען קען אבער נישט געבן כדי צוריק צו באקומען ווייל דאן ווערט עס א פשוט'ער ביזנעס טראנזאקציע. איך גיב דיר 2.50$ און דו גיסט מיר א פלעשל מילך. איך גיב דיר יעצט א טובה, איך הער דיך אויס, און מאך א טעלעפאן קאל פאר דיר וכדו', און דערפאר גייסטו מיר מארגן טון...

אלזא, געזונטע קאנעקשן קומט פון אינוועסטירן אין א עמאנשאנעל רילעישאנשיפ.

אבער אזא רילעישאנשיפ, אויסער וואס עס קאסט ארבעט, שווערע ארבעט. זענען בכלל דא מענטשן וואס זענען נאך ליידער בכלל נישט אין די לעוועל אז זיי זאלן דאס קענען בויען. דער עמאשאנעל טייל פון זייער לעבן האט נאך נישט אנגעהויבן אויפוואקסן. און דאן קען אזא סארט קשר ווערן געפערליך אומגעזונט, אפילו שוידערליך קראנק.

אמאל ווערט אזא רילעישאנשיפ גארנישט מער ווי א פיזישע רילעישאנשיפ, אין דעם וואס צוויי מענטשן ווערן נאנט און זיי זענען פיזיש נאנט. זיי ארבעטן צוזאמען, גייען אין שול צוזאמען, וואוינען בשכינות, גייען אויף שמחות צוזאמען וגו'. אפילו אזאנס קען זיין פיין און וואויל און קומען פון א געזונטע מקום, אבער צומאל איז דאס פשוט אן ערזאץ פאר עמאנשאנעל נאנטשאפט.

דער מענטש טיעף אינעווייניג דארף האבן דעם קאנעקשן מיט א צווייטן. זיין גאנצער מציאות פאדערט עס. אבער ווייל זיין עמאשאנעל טייל פון זיין לעבן איז נאך נישט אנטוויקלט, ווייסט ער אפילו נישט וואס ער זוכט, און ער ווערט ווי ראובן וואס זוכט שמעון אבער ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי שמעון קוקט אויס. ניטאמאל ווייסט ער וויאזוי שמעון הייסט.

ער שפירט ער דארף 'עפעס', ער ווייס נישט וואס דער עפעס איז, אבער עס נאגט אים ביים הארץ, און ווען ער געפונט זיך מיט זיין חבר, לעבן זיין חבר, צוזאמען מיט זיין חבר, שפירט ער זיך בעסער, דער אינערליכער דראנג שפירט רואיגער, הייבט ער אן וועלן אלעמאל זיין לעבן זיין חבר. ווער רעדט נאך אויב דער חבר מאכט זיך נאך אן אנדערער חבר קען ער אינגאנצן ארויסגיין פון די כלים, יענער געהערט נאר פאר מיר.

דאס איז איין סארט אומגעזונטער רילעישאנשיפ. אבער צומאל ווערט אזא זאך סעקשועל. דער מענטש ווערט סעקשועלי צוגעצויגן צום אנדערן. פארשטייט זיך אליינס אז בדרך כלל איז דאס ווייל "יענער" זעהט אויס "(סעקשועל) שיין" אין מיינע אויגן. וויבאלד דער באשעפער האט אזוי געמאכט אז דער מציאות פון סעקס, פון סעקשועל רילעישאנשיפ איז אזוי נאנט פארבונדן מיט עמאשאנעל רילעישאנשיפ, וועט דער מוח, ווי פון זיך אליינס (אן דעם וואס דער מענטש זאל כאפן וואס געשעהט דא) פארבונדן יענעם געוויסן מענטש, מיט א סעקשועל פילינג. ווען איך זעה יענעם שיינעם מענטש, און עפעס אין מיין מציאות וויל זיך קאנעקטן מיט יענעם, וויל האבן א רילעישאנשיפ מיט יענעם, אבער איך ווייס נישט וויאזוי. איך ווייס נישט אפילו וואס עס איז וואס איך שפיר און וואס מיין הארץ וויל יעצט, און... פאפ, עפעס פאסירט, איך וויל האבן סעקס מיט יענעם.

הייבט זיך נישט אן, דו ווילסט זיך קאנעקטן מיט יענעם עמאשאנעלי. דיין נשמה, דיין מציאות, דיין גאנצער וועזן שרייט און וויינט פאר עמאשאנעל קאנעקשן, אבער ווען עס קומט צו דעם נושא ביסטו ווי א קליינער בעיבי וואס איז פריש געבוירן און ווייס גארנישט. און דאס איז דיין רעאקציע וואס דיין גוף האט, פונקט ווי דער בעבי האט א רעאקציע ווען דו לייגסט צו דיין פינגער צו זיין באק און ער דרייט אויס זיין פנים און נעמט אריין דיין פינגער אין מויל, ווייל אזוי האט אים דער באשעפער באשאפן, מיט אזא סארט אינסטינק, כדי ער זאל קענען עסן און וואקסן, דאס זעלבע איז מיט דיר.

דו דארפסט אן עמאשאנעל קאנעקשן און דו ווייסט נישט וואס דאס איז און וויאזוי מען מאכט דאס, און עפעס א טייל פון דיין גוף, וואס האט עפעס א שייכות צו דעם נושא, ווערט יעצט אנגעצונדן.

און דאס קען זיין פונקט אזוי צווישן מאן און ווייב ווי עס קען זיין צווישן חברים.

איך האף אז איך האב זיך בעסער מסביר געווען, און אויב נישט פרעג און איך וועל פרובירן נאך בעסער.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?