כל האוספים
געצייגן
איז שייך געזונטע אנהענגיגקייט?
איז שייך געזונטע אנהענגיגקייט?

אפטמאל זעהט מען אז איינער איז שרעקליך אנגעהאנגען אין א צווייטן, כמעט כדי שגעון. איז דאס אלעמאל שלעכט? האט דאס אויך צוטון מיט דעם צווייטן?

עודכן לפני יותר משבוע

יעדער איז באקאנט מיט דעם פענאמען, אז מען זיצט ביי א חתונה, דער גאנצער עולם איז רואיג, פלוצלינג קומט אריין עפעס א רבי און דער גאנצער זאל ווערט איבערגעקערט און אלעס הייבט זיך אן דרייען ארום דעם רבי'ן.

דאס זעלבע קען פאסירן מיט א סעלעבריטי. אבער דאס זעלבע קען אויך פאסירן, כאטש בדרך כלל אויף א שוואכערן פארנעם, מיט סתם אזוי א מענטש. א געוויסער מענטש קומט אריין אין זאל, אין ביז צוויי מינוט איז דא א קופקע ארום אים און יעדער וויל זיין לעבן אים, נאנט צו אים, נאנט מיט אים, אים זאגן א ווארט, אז ער זאל הערן, באמערקן, און עס אנערקענען דורך א ווארט אויף צוריק, אדער א שמייכל, און דאס בעסטע וואלט נאך געווען א קאמפלימענט.

מיר אלע קענען דעם מציאות. די מענטשן האט דער באשעפער געבענטשט מיט א געוויסע חן. א כאריזמע. יעדער זעהט אין יענעם עפעס אנדערש. איינער זעהט שיינקייט, א צווייטער זעהט דוקא שטארקקייט, זעלבסטזיכערקייט, איידעלקייט, ערליכקייט, צו גאר אויסגעארבעטע מידות וכו' וגו'. יעדער וועט זעהן עפעס אנדערש (בדרך כלל עפעס וואס ער שפירט עס פעלט אים...) און וועט שפירן אז צוליב 'דעם' קוואליטעט וואס ער זעהט אין יענעם, וויל ער זיך קאנעקטן מיט יענעם.

יעצט ווערט די שאלה ווי שטייט יענער, וואס איז יענעם'ס ראלע אין די גאנצע זאך, אין די גאנצע סומאטאכע וואס טוט זיך ארום אים? וויאזוי אפעקטירט עס אים? אויב בכלל. וואס טוט ער מיט דעם, צו דעם, וגו' וכו'.

*

ביסוד האט יענער בעצם נישט קיין חלק אין דעם. ווייל דער סיבה פארוואס מענטשן קלאמערן זיך צו אים, איז צוליב א מתנה וואס דער רבונו של עולם האט אים געגעבן. אט דער חן, דער כאריזמע, איז עפעס וואס דער מענטש האט גארנישט געטאן עס צו באקומען. ולא עוד, עס האט ממש גארנישט צו טאן מיט אים, עס איז גענצליך א דרויסנדיגע זאך. דער מענטש אינעווייניג, איז זייער מעגליך אז ער האט לגמרי נישט קיין שייכות מיט דעם וואס דו זעסט אינדרויסן.

די אלע מעלות וואס מענטשן זעען אין יענעם האט בדרך כלל זערא צו טון מיטן מציאות. עס קען זיין א יענער האט עפעס, אביסל פון די קוואליטעטן וואס מענטשן זעען אין אים, אבער דו קענסט די זעלבע זאך זאגן אויף נאך טויזענט און איין מענטשן, און ביי יענע מענטשן וועסטו נישט זעהן קיינעם זיי נאכלויפן און זיך קלאמערן ארום זיי.

אלא מאי, די סיבה פון דאס קלאמערן זיך ארום יענעם, האט באמת גארנישט צוטון מיט יענעם און מיט זיינע קוואליטעטן. עס איז בלויז א מתנה פון הימל. עפעס א חן וואס דער באשעפער האט אים געגעבן וואס ציעט מענטשן צו אים.

אזא חן קען זיין א מורא'דיגע מתנה און קען ברענגען דעם מענטש זייער ווייט, אבער אין די זעלבע צייט אין עס א גרויסער נסיון און עס קען אמאל פארווארפן דעם מענטש פון ביידע וועלטן און אים אומגליקליך מאכן.

ווייל דער מציאות אז דער מענטש איז אזוי כאריזמאטיש און אז מענטשן לויפן אים אזוי נאך, נעמט נישט צו פון דעם פאקט אז יענער איז א פלעינער בשר ודם און ער דארף פונקט אזוי ארבעטן אויף זיך און אויף זיינע מידות. מיר מיינען אסאך מאל אז שוואכע סעלף עסטיעם איז א זאך וואס געהערט נאר פאר נעבעך'ס און שלימ'מזלנים. אבער דאס איז נישט אמת. עס זענען דא פילע גרויסע, געלונגענע מענטשן וואס האבן זייער א שוואכע סעלף עסטיעם. און אזא מענטש וועט גאר אפט אויסנוצן די כאריזמע, צו טרעטן אויף אנדערע מענטשן און זיי באהערשן כדי זיך צו מאכן שפירן בעסער.

אדער, קען זיין טאקע אין אזא פאל ווי אין אונזער פראבלעם, א מענטש וואס מוטשעט זיך מיט סעקס אישוס, און ער איז געבענטשט מיט אזא סארט כאריזמע, קען ער גאר גרינג אריינשלעפן אנדערע מענטשן און טון מיט זיי וואס ער וויל (אזוי ווי מען הערט פאקטיש פון צייט צו צייט).

ווידער, אויב איז דער מענטש באמת ערליך און איידל, צו ווייל דער באשעפער האט אים געגעבן גאר אן איידעלער כאראקטער מיט גאר גוטע מידות, צו ווייל ער האט געארבעט אויף זיך, צו ווייל ער האט געהאט גאר א גוטן חינוך, צו א קאמבינאציע פון די זאכן, קען עס דער מענטש אויסנוצן גאר גוט.

אזא מענטש קען פארשטיין וויפיל זיין גוט ווארט קען העלפן פאר יענעם און וועט עס געבן בשפע, אן קיין חשבונות. ער קען נוצן זיין מתנה פאר עסקנות, צו העלפן אנדערע מענטשן אויף פארשידענע אופנים, ווי שאפן געלט, אנדרייען אנדערע מענטשן פאר עסקנות וגו' וכו'.

אזא סארט מתנה האט אויך אלעמאל די סכנה אז אנדערע אומגעזונטע מענטשן לייגן זיך אן אויף אזא איינעם, און אזא מענטש מוז קענען האלטן א געזונטן באלאנס און האבן – און בויען ארום זיך – געזונטע גרעניצן, ווייל אויב נישט וועלן מענטשן זיך אנלייגן אויף אים און אים אויסנוצן ביזן סוף. זיי וועלן אים ארויסנאגן דעם דם התמצית און דעם לשד העצמות ביז ער וועט בלייבן א אויסגעקלאפטע הושענא און וועט גענצליך צוגרינד גיין.

*

עכ"פ, צו ענטפערן די פראגע: מען דארף יעדעס מאל קוקן אויף דעם מציאות. ביי א רבי און א תלמיד איז גאר אפט דא אזא ערשיינונג. אז דער תלמיד וויל שעפן פון רבי'ן וואס מער און דער רבי ווערט טאקע אזוי צוגעבונדן צום תלמיד אז ער געט אים אלעס איבער. מען טרעפט אזעלכע זאכן אסאך מאל בקורות תולדות ימי החסידות און אפילו פריער אין די היסטאריע פון כלל ישראל.

אלזא, עס קען זיין אז עס איז גאר א גוטע און געזונטע זאך, און פון די אנדערע זייט קען עס ווערן עקסטרעם שעדליך און אומגעזונט. עס ווענדט זיך אין די עמאשאנעל געזונט פון ביידע מענטשן.

ועוד יש מקום להאריך בזה

האם קיבלת תשובה לשאלתך?