כל האוספים
געצייגן
אנהענגיגקייט און עדיקשאן, איז פארהאן א קשר?
אנהענגיגקייט און עדיקשאן, איז פארהאן א קשר?

זיין אנהענגיק אין יענעם גייט אייביג צוזאמען מיט אדיקשאן, א גוטער ריקאווערי מעסטער איז צו זעהן ווי שטייט אונזער אנהענגיגקייט אין אנדערע

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

איך בין לעצטענס געפרעגט געווארן דורך איינעם, וואס איז דער אייגענשאפט וואס טוט דאס מערסטע כאראקטעריזירן אן עדיקט? דער פרעגער האט געזאגט אז צומאל זעהט מען א מענטש און זיין אויפפירונג איז אזוי טיפיש פאר אן עדיקט, אבער עס איז שווער עס צו מגדיר זיין און אידענטיפיצירן פונקטליך וואס מען זעהן. איז וואס בעצם טוט אונז טאקע כאראקטעריזירן?

איך האב נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. עס זענען דא אזוי פיל אנדערע סארטן אייגענשאפטן אין מענטשן און אזוי פיל סארטן כאראקטערס, און דער פראבלעם איז דאך נישט אין דעם כאראקטער אדער די אייגענשאפט, נאר אין דעם דאזע. אין דעם מאס פון וויפיל מען פארמאגט פון דעם און וויפיל מען טוט זיך באנוצן מיט דעם.

וואס ביי איינעם קען זיין באמת נארמאל, קען ביי א צווייטן זיין גאר פראבלעמאטיש. און נישט צוליב דעם אייגענשאפט אדער דער הנהגה, נאר צוליב דעם מאס. אזוי ווי זאלץ און צוקער אדער סיי וועלכע אנדערע זאך. צוקער פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, עס ווערט אבער א פראבלעם ווען מען נוצט צופיל דערפון, פונקט ווי עס איז נישט דא קיין פראבלעם מיט זאלץ, אזוי לאנג ווי מען נוצט אים מיט'ן ריכטיגן מאס. צו ווייניג זאלץ וועט מאכן דעם עסן אומבא'טעמ'ט, אבער אויב לייגט מען צו פיל, איז דער עסן נישט אין מויל אריין צו נעמען און צומאל קען עס אפילו זיין מסוכן.

פיין, איך רעד און רעד, אבער נאך אלעם, וואס איז דער תירוץ, וואס טוט אממערסטן כאראקטעריזירן אן עדיקט? קלער איך זיך, אז אפשר, איז דער שטערקסטער שטריך פון אן עדיקט דאס קיצוניות, עקסטרעמיזם. אז יעדע כאראקטעריסטיק זיינער גייט מיט אן עקסטרעמיזם. אבער ניין, דאס איז אויך נישט ריכטיג. עס זענען דא גאר שטארקע עקסטרעמיסטן וועלכע זענען בכלל נישט קיין עדיקטס, און עס זענען דא עדיקטס ביי וועלכע מען זעהט נישט אן קיין ספעציעלע עקסטרעמיזם.

בין איך געבליבן ביי די פראגע.

און פונקט יענעם טאג איז מיר אויסעקומען צו שמועסן מיט פיר חברים, און דער נושא פון דעם שמועס איז געווען: דעפענדענס=אפהענגיגקייט (אדער אנהענגיגקייט). און אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האב איך זיך אליינס געדארפט פארמעסטן אין יענעם טאג מיט דעם זעלבן פראבלעם: אפהענגיגקייט.

יענעם אווענט האב איך פארשטאנען עטליכע זאכן. איך האב פארשטאנען פארוואס אין דעם ווייסן בוך (דער הויפט בוך פאר דעם פראגראם זיך צו ערהוילן פון סעקס אדיקשאן) טוען לאסט און אפהענגיגקייט פיגורירן אינאיינעם דורכאויס דעם גאנצן בוך. איך האב שוין אויך פארשטאנען וואס עס שטייט דארט אז צומאל איז דער דאזיגער קאמפף גרינגער פאר בחורים ווי פאר פארהייראטע, כאטש וואס דער פשוט'ער שכל זאגט פונקט פארקערט, אז פאר א בחור וועלכער איז אדיקטעד צו סעקס דארף צו זיין פיל שווערער, ווייל דער פארהייראטער קען דאך לכל הפחות האבן סעקס מיט זיין ווייב.

איך האב שוין אויך פארשטאנען פארוואס די פרויען פון די עדיקטס דארפן אויספירן דעם זעלבן פראגראם ווי זייערע מענער, טראץ וואס זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט סעקס און לאסט. און איך האב פארשטאנען פארוואס ניינציג פראצענט פון וואס די עדיקטס רעדן ביי די מיטינגען דרייט זיך ארום: "איך האב זיך געקריגט מיט מיין ווייב", "מיין ווייב האט געזאגט", "מיין ווייב האט נישט געטון". בקיצור, מיין ווייב, מיין ווייב, מיין ווייב...

איך ווייס נישט וועלעכס קומט פריער, די הינדל צו די איי. צו האט די עדיקשאן צוגעברענגט אז מיר זאלן ווערן אפהענגיק אין אנדערע און אזוי ארום האבן מיר אנטוויקלט די אפהענגיקע געפיהלן, אדער טיעף אינעווייניג זענען מיר שוין פון פריער געווען אפהענגיק, און איינס פון די וועגן איז געווען צו זיין אפהענגיק אין לאסט. אזוי צו אזוי גייט עס צוזאמען, סיי אין דעם קרענק און סיי ביים זיך ערהוילן. אויב עדיקשאן נעמט אריין אין זיך אפהענגיקע באציאונגען, דעמאלס מוז דאס ערהוילונג אויך ארייננעמען א נארמאלע לעבן, פריי פון אפהענגיגקייט.

נאך א יאר אין ריקאווערי, ווען מיין ריקאווערי האט אנגעהויבן צו קריצן און אונטערהינקען - ווייל איך האב זיך קיינמאל נישט מטפל געווען מיט מיינע אפהענגיקע באציאונגען – בין איך מיט מיין פרוי ענדליך אנגעקומען צו א טעראפיסט.

ער האט פרובירט אונז מסביר צו זיין אז אונזערע געמיינזאמע באציאונגען זענען פשוט נישט נארמאל, און פאקטיש זענען מיר איבערגעדרייט געווארן צו עפעס א נייע סארט יצירה, עפעס א כלאים באשעפעניש, א צאמשטעל פון צוויי מענטשן וואס קיינער פון זיי ווייסט נישט ווי ער ענדיגט זיך און ווי דער צווייטער הייבט זיך אן.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי פרעמד זיינע ווערטער האבן זיך געהערט אין מיינע אויערן. איך האב אלס געמיינט אז דער אויסטערליש שטארקער קשר צווישן מיר און מיין ווייב איז דוקא א סימן פון ליבשאפט, א סימן אז מיר זענען שטארק אינטערעסירט איינער אינעם אנדערן און נאך אזעלכע גוטע זאכן. עס האט זיך מיר נישט געקענט לייגן אויפן שכל אז פאקטיש רעדט זיך דא פון אפהענגיקע באציאונגען, וועלכע זענען דייקא נישט געזונט.

איך האב זיך דעמאלס אנגעהויבן לערנען, און איך לערן נאך אלץ. היינט פארמאג איך ביי מיר א "ריקאווערי מעסטער" וואס זאגט מיר פונקטליך וואס מיין מצב איז. איך דארף נישט בודק זיין וויאזי איך שפיר קעגן א מיידל אויפן גאס, אדער קעגן א לינק פון פארנאגראפיע אדער לאסט אויפן קאמפיוטער.

איך קען פשוט בודק זיין וואס איז דער מצב אין די באציאונגען צווישן מיר און מיין פרוי. אויב איך קען אננעמען סיי איר געברויך פאר שטיצע און סיי איר געברויך פאר ספעיס, פאר איר אייגענער מרחק צווישן אונז – דעמאלס בין איך אויפן ריכטיגן וועג. אויב אבער איך הייב אן צו פארלירן דעם קאפ צוליב איר – דעמאלס האב איך א פראבלעם, נישט נאר אין שטוב, נאר אויך, און בעיקר, ביי מיר אין קאפ.

אין אזעלכע צייטן העלפט מיר זייער זיך איינצו'חזר'ן דעם געשטאלט לאזונג (געשטאלט איז א געוויסער סארט טעראפי):

"איך טו מיין זאך און דו טוסט דיין זאך.

איך בין נישט אין די וועלט אהערצושטעלן דיינע ערווארטונגען

און דו ביסט נישט אין די וועלט אהערצושטעלן מיינע

איך בין איך און דו ביסט דו

און אויב דער גורל וועט פירן און אונזערע וועגן וועלן זיך טרעפן, איז דאס זייער שיין און הערליך.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?