לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
רובאשקין; אמאל, און היינט
רובאשקין; אמאל, און היינט

א מעמבער דערציילט דעם חילוק פון זיינע רעאקציעס צו דעם אורטייל און צו זיין באפרייאונג. זיין נייער מעגליכקייט זיך צו ספראווען מיט זיינע געפילן

עודכן לפני יותר מ-6 שנים

דאס איז געווען בערך פאר אכט יאר צוריק, איך בין נאך נישט געווען אין ריקאווערי דעמאלס און איך האב בכלל נישט געוואוסט וואס מיין פראבלעם איז. כ'מיין, איך האב געוואוסט אז איך האב א פראבלעם (געווענליך... ווען איך בין נישט געווען עקסטער אין דינייעל), אבער איך האב נישט געוואוסט וואס דאס איז. איך האב פארשטאנען אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מיר, אויב איך האלט מיך אין איין צוזאגן אז איך גיי מער נישט קוקן קיין פארנאגראפיע און מיט דעם אלעם האלט איך אין איין צוריק גיין צו דעם, אבער פון די אנדערע זייט האב איך נישט געקענט אנטייטלען פונקטליך וואס מיין פראבלעם איז, וואס איז ראנג דא. כ'מיין, אלע מענטשן ווערן צוגעצויגן צו פרויען און צו סעקס, און אן דעם וועט דאך די וועלט אויפהערן צו עקזיסטירן. איז אויב אזוי פארוואס וויל איך בכלל אזוי שטארק אויפהערן? מיט וואס בין איך אנדערש פון אנדערע מענטשן. און אז איך וויל שוין יא אזוי שטארק, פארוואס געלונגט עס מיר נישט?

איך האב דעמאלס נישט פארשטאנען אז איך קוק פארנאגראפיע כדי צו אנטלויפן. מושגים און זאכן וועלכע קוקן מיר היינט אויס אזוי פשוט און פארשטענדליך, ווי פון זיך אליינס, זענען דעמאלס געווען ווייט פון מיר ווי מזרח פון מערב. איך געדענק ווי איך האב געהערט דאס ערשטע מאל ווי איינער רעדט פון "עמאושאנעל עסן" און איך האב נישט פארשטאנען "פאר אלדע שווארצע רוחות" וואס דער מענטש דבר'ט דארט... היינט ווייס איך שוין איינמאל, אז ווען איך בין: אונטער פרעשור, דערשראקן, פול מיט פארדרוס אויף אנדערע, אויפגערעגט וכדו', וויל איך גלייך עסן עפעס זיס. אבער דעמאלס האב נישט פארשטאנען די אלע זאכן.

איין אווענט בין איך געזעצן ביי מיר אין אפיס און איך האב געווארט נערוועז און אנגעצויגן, צו הערן דעם פסק דין אין א בארימטן משפט וואס איך האב נערוועזערהייט מיטגעהאלטן יענע תקופה. דאס איז געווען דער משפט פון שלום מרדכי רובאשקין. א איד פון אמעריקא וועלכער איז באשולדיגט געווארן אין געלט שווינדלערייען, און די טענה איז געווען אז דאס איז פשוט אנטיסעמיטישע רדיפות, בלויז ווייל ער איז א איד. יענעם אווענט האט די דזשאדזש גוזר געווען אויף אים 27 יאר תפיסה...

איך האב עס גענומען זייער שווער, איך בין געווען מלא חימה אויף די דזשאדזש, איך בין געווען מלא פחד פאר עפעס א איד וואס איך קען נישט און האב קיינמאל נישט געזעהן, אבער דאך האב איך זיך געשפירט זייער נאנט צו אים. די געפיהלן זענען געווען ביטער שווער, איך בין געווען פול מיט צער און ווייטאג, און די איינציגסטע זאך וואס איך האב געקענט דעמאלס טון נישט צו שפירן די צער און ווייטאג איז געווען צו וואטשן פארנאגראפיע און זיך אויסרייבן, איינמאל און נאכאמאל ביז איך בין געווארן שיכור און צו'חוש'ט און פשוט געפאלן פון די כוחות.

אין מיר האב איך געשפירט די ערגסטע סארט געפיהל וואס איך קען נאר. ערגער פון רידזשעקשאן (ווערן אוועק געשטופט), ערגער פון שולד געפיהלן אדער אפילו בושה – דאס איז געווען די געפיהל פון א צושפליטערטער פערזאן. וואס גייט דא פאר מיט מיר, אויב שטערט מיך אזוי שטארק אז א פרעמדער איד גייט אין תפיסה, און ס"ה פאר עטליכע שעה צוריק האב איך געזאגט תהלים און געוויינט פאר אים, איז וויאזוי איז דאס אז יעצט זיץ איך און איך קוק מיך אן מיט פארנאגראפיע און איך קען נישט ענדיגן? ווער בין איך באמת?!

אט דער וויי געשריי האב איך נישט געקענט אפשטילן, אפילו נישט מיט די הילף פון ענדלאזע נאקעטע בילדער. די שאלה האט מיר געהאמערט אין קאפ, פאר'ן פאלן, במשך דאס פאלן און נאכדעם. דאס איז געווען ווי דער פליגעלע וואס האט זיך אריינגעזעצט ביי טיטוס אין קאפ, א אומאויפהערליכער, גראגערדיגער זשומעניש, וועמענס קולות האלטן אין איין ווערן העכער און שווערער און לאזט מיך נישט זיך צוגעוואוינען דערצו און שטערט מיך אן אויפהער.

עס איז פאריבער צוויי יאר, איך בין אנגעקומען אין ריקאווערי, און פון דעמאלס איז שוין אריבער נאך זעקס יאר וואס איך בין ריין. א נס גדול וואס איך אליינס קען נישט פארשטיין.

נעכטן, אין א גענצליכער סורפרייז, איז דער טייערער איד באפרייט געווארן פון תפיסה, דורך פרעזידענט טראמפ וועלכער האט אים פארקורצערט זיין טערמין און געלאזט אהיים גיין. איך האב זיך זייער געפרייט פאר אים, און איך האב נישט געקענט זיך נישט דערמאנען פון יענעם שווערן נאכט ווען ער איז פאראורטיילט געווארן. די פארגלייך צווישן די 'ימים ההם צו דעם זמן הזה' איז געווען אזוי שארף אז איך האב זיך ניטאמאל געדארפט פארטיפן עס צו קענען זעהן לעבעדיג פאר די אויגן.

דעמאלס האב איך נישט געקענט לעבן מיט מיר אליינס און איך בין אנטלאפן צו פארנאגראפיע. אבער יעצט בין איך מחובר, איך בין קאנעקטעד צו מיר אליינס, איך לעב מיינע הרגשות און געפיהלן, און פארמעסט זיך מיט זיי מיט שטארקקייט, און, ווען איך דארף הילף – ווייס איך זיך צו ווענדן צו אנדערע און בעטן הילף.

אמאל פלעג איך אנטלויפן, נישט נאר פון נעגאטיווע געפיהלן, ווי כעס און ווייטאג, נאר אויך פון גוטע, פאזיטיווע געפיהלן. איך האב נישט געוואוסט וויאזוי צו דיעלן מיט זיי. עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז אויב איך וואלט נישט אנגעקומען צו ריקאווערי, וואלט דער בשורה פון זיין באפרייאונג מיר גורם געווען צו אנטלויפן פונקט אויף דעם זעלבן אופן ווי דער בשורה פון זיין איינשפארונג. ביידע זענען געשעענישן וועלכע האבן פארפלייצט מיינע געפיהלן און זיי געמאכט רוישן, און איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט געפיהלן אן זיין דראג, אנטלויפט דערצו ביי ביידע די זעלבע.

מיט די געוואלדיגע חסדים פון דעם אויבערשטן, אינגאנצן אומפארשטענדליך, האב איך דאס מאל נישט געדארפט אנטלויפן.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?