כל האוספים
געצייגן
זיך האלטן ריין דורכאויס יום טוב
זיך האלטן ריין דורכאויס יום טוב

יום טוב איז א צייט וואס גאר אסאך מענטשן פאלן, דער פראבלעם ווערט שווערער און ערגער, פארוואס איז דאס און פראקטישע עצות זיך צו ראטעווען פון דעם

עודכן לפני יותר משבוע

זיך האלט ריין דורכאויס יום טוב

איך בין געפארן אין די קאר מיט מיין אידענע און זי האט געהערט ווי איך רעד מיט א גוטן חבר וואס איך האב זוכה געווען צו זיין זיין ספאנסער. זי האט נישט געוואוסט צו וועמען איך רעד, אבער זי האט שוין איינמאל געוואוסט איבער וואס איך רעד. ער איז נאכאמאל געפאלן, ער האט געקוקט פארנאגראפיע. און אויב דאס אליינס איז נישט גענוג פאר זיך, האט אים א קרוב געכאפט ביי די מעשה. איך האב געשפירט ווי עס ברענט מיר. איך האב געהערט אן אויסגעלאשענעם מענטש, א פארטיגער. און מאכט נישט קיין טעות, מען רעדט דא פון א גאר געלונגענעם מענטש, זייער כאריזמאטיש, אבער פלוצלינג האט די לאסט אים דער'ממית'ט.

מיין פרוי איז געווען שטיל, זי האט געזעהן מיין ווייטאג, און נאך א שטיק צייט האט זי מיר געגעבן א ווארף אריין א ווארט: האסט שוין אמאל געשריבן איבער דאס פאלן אין די צייט פון די ימים טובים? ניין, איך האב נישט. "דו קלערסט נישט אז מען וואלט דאס געדארפט אדרעסירן?" פרעגט זיך מיך. יא, גערעכט, האב איך געענטפערט. און איך האב זיך געזעצט טון למעשה. און איך בעט ביים באשעפער אז מיינע ווערטער זאלן זיין לתועלת.

דער פראבלעם

גאר אפט שפירט ביי אונז די ימים טובים ווי דער ים המלח. נישט נאר ווייל אין די תקופה פאלן מיר גאר אפט אזוי טיף ווי דער ים המלח, נאר פיל מער, ווייל פונקט ווי ביים ים המלח, וואס מער אפענע וואונדן מען האט, אלס מער ציפט עס... און ווען מען געפונט זיך ביים ים המלח איז גאנץ א קליינער נפקא מינא ווער עס האט מיר אנגעמאכט דעם וואונד אדער וואו אויפן גוף דער וואונד געפונט זיך. אויב דער וואונד איז דא, ברענט עס. יא, שולד געפיהלן ברענען, בושה ברענט, און פחדים, אהא, דאס איז שוין ווי זיך פרעגלען אין א טיפן טעפל אויל.

און די וואונדן זענען דא. זיי געפונען זיך אין אונזער נשמה; אבער מיר האבן נאך פיל טיעפערע וואונדן ווי די אין אונזער נשמה. און איך רעד דא פון די וואונדן וועלכע געפונען זיך אין א גאר וויכטיגער באשטאנדטייל פון אונזער וועזן וואס האט געכאפט נאך ביטערערע מכות: "אונזער רגש". יא אונזערע געפיהלן האבן געכאפט גאר שווערע קלעפ, גאר אפט איז עס אזוי שווער אז מען קען זיי קיינמאל נישט אינגאנצן צוריק דרייען. אבער אפילו דאס וואס מען קען יא, איז עס לכל הדעות א פראצעדור וואס געדויערט א לאנגע צייט און פאדערט גאר אסאך שווערע ארבעט.

אזא זאך פאדערט אן אויסטערלישע גרייטקייט צו טאן שווערע קעגן-פעולות, אויסצורייסן אונזערע פיליעריגע געוואוינהייטן, און דאס דארף מען טון מיט א געוואלדיגע התמדה, אומאויפהערליך. יעדע אומסטאבילקייט וואס קומט אריין, וואס ברענגט צו אז מען זאל זיך נאכלאזן - אפילו אביסל - אין דעם פראצעדור, וועט פארשטייטערן דעם היילונג.

יעדע אומקאנטראלירטע אויפשאקלונג, יעדע התרגשות וועלכע ווערט נישט מאנעוורירט אויף דעם ריכטיגן וועג, קען אפקאסטן פאר אן עדיקט זיין ריינקייט. פשוט און פראסט. מיר רעדן דא פון גאר טיעפע אינסטיקטן. פונקט ווי א מענטש וועמען מען האט אסאך אנגעשריגן און געשלאגן אנטוויקלט א טיעפער געוואוינהייט זיך צו באשיצן מיט זיינע הענט יעדעס מאל ער הערט איינעם שרייען, פונקט אזוי טוט א עדיקט זיך קערן צו לאסט יעדעס מאל וואס זיין 'סיסטעם' הערט א 'געשריי'. דאס זענען פאקטן. א קלוגער מענטש גייט זיך נישט טענה'ן מיט דעם מציאות.

די דאזיגע טעג, ווען מיר געפונען זיך מיט אונזערע משפחות, זענען זייער קאמפליצירט. קודם כל פארברענגען מיר מער צייט מיט אזעלכע מענטשן וואס אונזער מוח, אונזער 'סיסטעם' - צו באוואוסטזיניג צו גאר אונטערן באוואוסטזיין – טוט זיי פארבונדן מיט א טייל פון אונזערע ווייטאגן וואס מיר האבן געליטן. דערפאר איז נישט קיין וואונדער אז גאר אפט וועלן מיר שפירן א פיינטשאפט. מיר מוזן אבער געדענקען אז אויב מיר וועלן אפהיטן דעם פיינטליכן געפיהל און מיר וועלן נישט נאכלאזן פון דעם קען דאס אונז קאסטן גאר טייער. נישט אומזיסט שרייבט דער גרויסער בוך (אלקאהאליקס אנאנימוס פ. 57) אז אויפרעגונג איז א שאלה פון לעבן אדער טויט, פאר אן עדיקט איז עס סם המוות.

און אויסער דעם קומט צו דער פראבלעם אז מיר שפירן זיך דיסקאנעקטעד, מיר שפירן אז מיר קענען נישט 'רילעיטן' צו אנדערע, "איך באלאנג נישט". יעצט אין די ימים טובים איז יעדער איינער אוועק פון זיין רוטין, אדער איז ער א גאסט אדער האט ער געסט, און "איך שפיר ווי איך וויל אראפ שפרונגען פון דאך" פון דעם גאנצן געמיש פון די משפחה מיט וועלכע איך פיל אז איך האב נישט קיין שום שייכות. יעצט לייג צו צו דעם גאנצן געמיש דער פראבלעם אז מען האט צופיל ליידיגע צייט און... דער גיהנום עפענט פון פריש אויף זיינע טויערן... 'ווייז מיר נאר אן עדיקט מיט איבריגע צייט און איך וועל דיר ווייזן וויאזוי ער וועט זיך ווידער באנוצן מיט זיין דראג'.

נו, איז וואס טוט מען?

נאר וואס דען? דער פאקט אז איך בין מאכטלאז קעגן דעם תאוה מיינט נישט אז איך גיי יעצט זיצן מיט צאמגעלייגטע הענט און פוס און ווארטן אויף דעם טראסק. עס מיינט נישט אז איך גיי יעצט לאזן דאס וויכטיגסטע זאך אין מיין לעבן ארויפגיין מיט'ן רויך; מיין ערהוילונגס פראצעדור, דאס לעבן אויף אן אמת און שפירן אויף אן אמת, רוחניות'דיגע ערפארונגען, גייסטישע אויפוואכונגען, דאס אלעס ליגט יעצט אויפן "בין הזמנים וואגשאל" אויף דעם "ימים טובים וואגשאל", איך גיי נישט שטיין אין א זייט און פשוט לאזן דאס אלעס פארפאלן גיין.

איך גלייב מיט מיין גאנצע הארץ, אז מיין העכערער קראפט, מיין באשעפער, ער איז דער רופא לשבורי לב, ער איז דער וואס היילט מיינע וואונדן, פון אים האב איך באקומען דעם מעגליכקייט זיך צו דערהייבן און צו פארגעבן, פאר זיך און פאר אנדערע. אבער השתדלות איז נאך אלץ עפעס וואס ער ערווארט פון מיר. וועל איך דעריבער אין די קומענדיגע שורות מיטטיילן מיט אייך וואס איך טו, מיין ערפארונג אין דעם פעלד. געפעלט עס אייך, נעמט עס; אויב נישט ווארפט עס אוועק.

איז צום ערשטן: איך דאוון אן א שיעור און אן א סוף. איך רעד מיט מיין באשעפער אין מיינע אייגענע ווערטער: טאטי, העלף מיר, איך קען נישט אליינס. צומאל קען איך זאגן: טאטי, עס פעלט מיר דער רצון, איך קען זיך נישט אליינס מאכן דעם רצון. ביטע טאטי, געב מיר דעם רצון. נאר דו קענסט מיך ראטעווען פון מיך אליינס. רוב מאל, ווען איך בעט אזוי אן אויפהער, העלפט עס.

איך בין אסאך משתדל ארויסצוגיין פון זיך אליינס. צו געבן – נישט קיין חילוק וואס און וויפיל, וואס מער אלס בעסער. איינער דארף הילף, נעם. איך האב אליינס אין אכט גענומען אז איך ווער אנגעפולט דאס מערסטע ווען איך גיב. אויפרוימען, מסדר זיין, נישט ווי א קנעכט, ווייל איך מוז, נאר ווי א בן חורין, ווייל איך וויל זיין פריי פון לאסט. אויסער דעם איז דאס אן אלטער מציאות אז ווען איך בין פארנומען צו געבן האב איך ווייניגער צייט זיך אויפצועסן דאס הארץ איבער דעם און יענעם. און דעמאלס שפיר איך פלוצלינג ווי איך באלאנג. פלוצלינג ווער איך אויך א טייל פון די חברה.

איינס פון די וויכטיגסטע זאכן ביי מיר איז זיך צוריקצוהאלטן פון וויכוחים און טענה'רייען. פארוואס? ווייל איך שפיר זיך פיל ערגער נאך די טענה'רייען. ספעציעל ווען איך געווין. און אויסער דעם, בדרך כלל גייען די וויכוחים ארויס פון קאנטראל און דער גאנצער אטמאספערע ווערט עקלדיג און אנגעצויגן. און כאטש איך ווייס אז עס איז זייער וויכטיג (איך זאל איבערצייגן מיין שוואגער אז... און איך זאל אויסלערנען מיין נעפיו אז...) דאך האב איך מיר אריינגענומען אין קאפ אז יום טוב איז נישט דער ריכטיגער צייט צו טוישן און מחנך צו זיין קיין שום פאמיליע מיטגליד וואס איז נישט מיין אייגענער קינד. און אפילו ביי זיי, איז אויך נאר אויף אזוי פיל ווי עס וואלט מיר נישט געשטערט ווען מען טוט מיט מיר.

בלייבן באהאפטן, קאנעקטעד, צו ריקאווערי. נישט איבערלאזן סתם ליידיגע צייט. "איך וועל שוין זעהן וואס צו טאן..." איז איינס פון די בעסטע זאכן פאר מיין מחלה, ווען איך האב דעם 'עטיטוד' איז מיין פראבלעם זייער פרייליך. עס איז וויכטיג פאר מיר צו זעהן פאר יום טוב איך זאל האבן וואס מער שייכות במשך יום טוב מיט מענטשן וואס ווייסן באמת ווער און וואס איך בין.

איך גיי נישט ארויס שפאצירן "סתם". אויף דעם אופן האב איך מיך שוין געטראפן אין מערערע ערטער וואס איך האב קיינמאל נישט געפלאנט, אדער אפילו גע'חלומ'ט אנצוקומען אהין. מען גייט ארויס פון שטוב נאר מיט א פונקטליכן אויסגעשטעלטן פלאן. און אויב דער פלאן טוישט זיך, מאך איך זיכער מודיע צו זיין פאר איינעם. און מיט דעם איינעם מיין איך א חבר וואס ווייסט מיין מצב. ווייל אזא חבר קען הערן צווישן מיינע ווערטער וואס איך וויל באמת. און צו עס איז איך וואס וויל דעם טויש, אדער דער קראנקהייט אין מיר וואס וויל עס און איך רעד מיר אליינס איין... (דאס איז א טייל פון דער קראנקהייט – אדער שגעון – אז גאר אפט, זעה איך בכלל נישט דעם אמת.)

מיר זאלן אלע האבן געשמאקע, רואיגע הכנות צום יום טוב, מיר זאלן זיך שפירן גוט מיט זיך אליינס און מיט די מיט וועמען מיר געפונען זיך אינאיינעם, און דעמאלס וועלן מיר שפירן אן אמת'ע שמחה.

ולישרי לב שמחה. אמת'ע שמחה קומט נאר נאך וואס דער הארץ איז גראד.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?