כל האוספים
געצייגן
לאסטן אויף עפענטליכע ערטער
לאסטן אויף עפענטליכע ערטער

אסאך מענטשן פלאגן זיך מיט לאסט אויף עפענטליכע ערטער, צו איז דאס אין גראסערי, אין פארק, אין בית המדרש אדער אין מקוה. וואס קען מען טון צו דעם

עודכן לפני יותר משבוע

דער נושא איז א ברייטער און פאדערט זיכער פיל מער ווי איין ארטיקל, אבער איך וויל דאך צורירן דעם ענין אויפן שפיץ גאפל ווייל עס איז נוגע גאר אסאך און גאר אפט.

עס זענען דא פילע עצות אויף דעם און איך וועל דא צונעמען איין עצה וואס איך נוץ אסאך מיט פיל הצלחה. און דאס איז דער עצה פון דאווענען און בעטן פאר דעם מענטש נאך וועמען איך לאסט און יענעם בענטשן מיט פילע ברכות.

איך וועל גיין א טריט ווייטער און צונעמען דעם ענין אביסל טיפער מען זאל פארשטיין וואס פאסירט ווען מען לאסט און פארוואס דאס ארבעט.

*

ווען איך לאסט נאך א צווייטן, א מאן אדער א פרוי, יונג אדער אלט, און דער סיבה פארוואס איך לאסט נאך יענעם איז אינגאנצן נישט קיין נפקא מינא, אבער דער פאקט איז אז איך לאסט נאך יענעם, איז וויכטיג צו פארשטיין וואס איך טוה יעצט.

וואס טו איך ווען איך האב סעקס מיט א פראסטיטוט? איך נעם פון יענעם. איך באצאל יענעם אפאר טאללער ער זאל מיך לאזן נוצן זיין\איר גוף, צו נעמען. זיך צו באפרידיגן מיינע תאוות. בשעת ווען דער באשעפער האט באשאפן דעם מציאות פון סעקס, אז א מאן און פרוי זאלן קענען ווערן דאס נענטסטע איינער צום צווייטן וואס נאר מעגליך, ווי די תורה רופט עס אן בלשון ידיעה (והאדם ידע את חוה אשתו), און דאס מיינט נישט צו קענען יענעם'ס גוף נאר צו קענען יענעם'ס נשמה, יענעמ'ס גאנצע אינערליכע לעבן, גייען מיר און מיר טוישן עס איין צו א פשוט'ער גשמיות'דיגער סערוויס.

איך געב דיר א 2.89 און דו געבסט מיר א באטל מילך, איך געב דיר צען דאללער און דו וואשסט אויף מיין טוילעט, און איך געב דיר ... דאללער און דערפאר לאזטו מיך נוצן דיין קערפער. דער ס"ה איז אבער, אז דאס איז בכלל נישט א אמת'ער אינטימער קאנעקשאן, עס האט זערא צו טון מיט ידיעה, פארקערט איך וויל נישט קיין ידיעה. (איך קען כמעט ווי צוזאגן, אז ווען די זונה זאל זיך נעמען וויינען איבער אירע צרות און וואס זי גייט אלס אריבער, וואלט די גאנצע תאוה פארשוואונדן און מיר וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שום קאנעקשן מיט איר.) ס"ה וויל איך יעצט יוזען איר קערפער.

א רעיפיסט איז מיט דעם ערגער, אז ער בעט ניטאמאל איר רשות און ער באצאלט אפילו נישט. ער יוזט איר באדי סתם אזוי ווייל ער וויל און ער איז שטערקער פון איר און זי קען אים נישט אפהאלטן.

יעצט לאמיר זיך גוט באקלערן, וואס טו איך ווען איך לאסט נאך א פרוי אין גראסערי?

דער תירוץ איז פשוט, איך בין א רעיפיסט בזעיר אנפין. איך נעם פון איר. ווען איך בין אין מקוה און איך זעה א פערצן יעריגער בחור'ל און איך לאסט נאך אים בין איך א קינדער רויבער, א קידנעפער.

[אדרבא, טראכט א מינוט: איז מיר שוין אמאל בייגעפאלן צו נעמען דעם בחור, זיך אוועקזעצן מיט אים אין קאווע שטיבל, אים קויפן א דעניש און אים אויספרעגן וויאזוי עס גייט אים אין לעבן און אים טרייען צו העלפן מיט זיינע פראבלעמען? און איך רעד נישט יעצט פון איינער וואס טוט דאס כדי צו קענען דערנאך האבן סעקס מיט אים. איך רעד פלעין פון מאכן מיט יענעם א קאנעקשאן אים צו קענען געבן וואס ער דארף און זיין נאנט מיט יענעם?

דער תירוץ איז א גרויסער ניין! ווייל איך בין נישט אינטערעסירט אין אים, איך וויל פשוט זעטיגן און באפרידיגן מיינע גלוסטענישן, אויף זיין חשבון. דער אינטערעקשאן האט גארנישט מיט דעם בחור און עס האט גארנישט מיט געבן, עס האט בלויז מיט נעמען און בלויז פאר מיר. איך נעם פון יענעם אן רשות, פשוט ווייל איך קען. ווייל יענער איז יעצט אין א מצב אז ער קען זיך נישט פראטעקטן פון מיינע פרעסערישע אויגן און איך קען נעמען. צו עס איז אין מקוה, אין גראסערי, אין פארק אדער ביים רבינ'ס טיש.]

ס"ה איז, אז ווען איך לאסט נאך א אנדערן מענטש, נעם איך דעם באשעפער'ס א קינד און איך טראנספארמיר יענעם פון א בן אדם, א מענטש, צו סעקס אביעקט פון וואס איך קען יעצט נעמען הנאה.

אבער ווען איך הייב אן צו שטעלן יענעם מענטש אין דעם ריכטיגן פערספעקטיוו און איך בעט דעם באשעפער פאר הילף ווייל איך קען נישט אליינס, טוישט זיך אלעס. און איך וועל מסביר זיין.

איך בין אין גראסערי און איך זעה א פרוי (אדער געווענליך מערערע פרויען) און די לאסט צינדט זיך אן אין מיר. הייב איך אן רעדן צום באשעפער: טאטי, דאס זענען דיינע קינדער, זיי זענען נישט געמאכט פאר מיר צו נעמען פון זיי. פליז טאטי, בענטש זיי אלע מיט שלום בית, מיט געלט, געזונט און נחת. זיי זאלן באקומען ליבשאפט פון זייערע ארומיגע; מענער, עלטערן, קינדער, פאמיליע מיטגלידער און אלע אנדערע באקאנטע. זיי זאלן שפירן סיפוק אין זייער לעבן און זיין פרייליך און צופרידן. און אלעס אנדערש וואס איך וואונטש זיך פאר מיר, בעט איך דיר טאטי, געב עס פאר זיי.

וואס האט יעצט פאסירט איז צוויי זאכן. איינס, איך האב ארויסגענומען דעם אביעק פון מיין לאסט, פון דעם בחינה פון א סעקס אביעקט און איך האב עס צוריק אריינגעשטעלט אין דעם דרגא פון מענטש. צווייטנס, איך האב מיך טראנספארמירט פון א נעמער (רויבער, גזלן וגו' וכו') צו א געבער. אנשטאט נעמען פון די פרויען (אדער מענער, בחורים), געב איך זיי. איך געב זיי ברכות און בעסטע וואונטשן. ושלא על מנת לקבל פרס ווייל זיי ווייסן דאך פון גארנישט.

ביי מיר ארבעט דאס כמעט אלעמאל. עס ארבעט נישט אין איין מינוט, אבער ווען איך לאז נישט נאך און איך דאווען און בעט אזוי איין מאל און נאכאמאל, גייט עס אוועק, ווי מיטן רויך. ווי א זייפן בלאז.

איך האב ערשט לעצטנס געהאט אז איך בין געווען אין א מקום וואו עס האט זיך געפונען א יוגנטליכער מיט איינס פון די עלטערן, אויף אן אופן וואס איך האב גוט געקענט לאסטן נאך עס, און איך האב גלייך געשפירט אז איך בין מאכטלאז קעגן דעם. איך האב געוואוסט אז איך גיי זיך נעמען לאסטן נאך דעם. אבער איך האב נישט געוואלט. אבער איך האב זייער גוט געוואוסט אז איך האב נישט יעצט דעם רצון וואס עס פאדערט זיך אויף זיך צוריק צו האלטן.

האב איך אנגעהויבן רעדן צום באשעפער: טאטי, איך בין מאכטלאז קעגן דעם. איך וויל נישט לאסטן אויף דעם, אבער איך האב נישט דעם כח זיך צוריק צו האלטן און איך האב אפילו נישט דעם רצון עס אליינס צו טון. איך בעט דיך טאטי, גיב מיר דעם רצון צו דעם. איך קען נישט אליינס, דאס איז פיל פיל שטערקער פון מיר. איך בין אבער גרייט צו באקומען דעם רצון. פליז גיב מיר רצון.

איך האב אזוי געדאווענט ממש א קורצע צייט. פלוצלינג האב איך באקומען דעם רצון. עס איז געקומען אין פארעם פון א בילד. איך האב געזעהן אין מיין מחשבה א באקאנט בילד ווי א מאמע האלט איר פיצל קינד און א נאצי ימ"ש שטייט מיט א ביקס און כאפט צו דאס קינד פון איר.

דאס האט מיר געגעבן פערספעקטיוו. איך האב פלוצלינג זיך געזעהן ווי דער נאצי (אוודאי פיל איידעלער, אבער אויב איך וויל זיין אמת'דיג מיט מיר, איז דאס וואס איך טו) וואס נעמט צו דעם קינד פון די מאמע. אקעי, איך נעם טאקע נישט צו דאס גאנצע קינד, אבער איך נעם פון דעם קינד. איך רויב פון אים אן זיין רשות.

[כ'מיין, נאך אלעם געהערט דאך דאס קינד צו די עלטערן און צו זיך אליינס. איז ווען למשל איך וואלט דעמאלס געפרעגט פון די ביידע צו זיי קענען באשטיין אז איך זאל יעצט שטיין און באטראכטן דאס קינד פון אלע זייטן און זיך אנזעטיגן מיט לאסט פון דאס קינד, איז דאך זיכער בלי שום ספק אז דער ענטפער וואלט געווען עפעס שטערקער ווי סתם א ניין... נו, איז ווייל איך האב נישט געפרעגט איז עס שוין געווארן אויס רויבעריי?]

דאס האט מיר געגעבן דעם רצון און איך האב מער נישט געקוקט. אנשטאט דעם האב איך אים אנגעהויבן צו בענטשן. יעצט בין איך געווארן א געבער אנשטאט א נעמער. און דאס זיין א געבער, אן קיין שום חשבון פון אמאל צוריק באקומען פון יענעם עפעס, דאס העלפט מיך, דאס מאכט מיך צוביסלעך פאר אן איידעלערער מענטש, איינער וואס לעבט אויך פאר יענעם, נישט נאר פאר זיך. עס מענטשלט מיך אויס צוביסלעך.

בדרך כלל וועל איך ענדיגן אזא תפילה מיט דעם שורה: "איך בעט דיך טאטי, וואס אימער איך פרוביר צו טרעפן אין יענע לאסט, העלף מיר איך זאל עס טרעפן אין דיר".

האם קיבלת תשובה לשאלתך?