כל האוספים
צוועלעף סטעפס
בין איך א פערפעקשאניסט?
בין איך א פערפעקשאניסט?

פערפעקשאניזם זאגט אז איך קען מיך צושטעלן צו יעדע זאך וואס שמעקט מיר, אפילו עס איז פיל איבער מיינע כוחות. דאס טרייבט אונז צו אונזער אדיקשאן

עודכן לפני יותר משבוע

בין איך א פערפעקשאניסט?

ווען עס קומט צו די 12 סטעפס בכלל, און בפרט די צווייטע און דריטע סטעפס, שפירן מיר אידן ווי פיש אין וואסער. דער פאקט אז א העכערע כח פירט די וועלט איז איינגעבאקן אין אונזער וועזן פון אייביג אן. עס איז בכלל נישט קיין נייעס פאר אונז.

און אסאך מאל, טוט טאקע אט דער פאקט מער שטערן ווי העלפן...

מיר לעבן און וואקסן אין איין גרויסער פארמעסט. מען שטעלט זיך אהער אנדערש ווי מען איז עכט. מען טוט געוויסע זאכן נאר ווייל יעדער. און דאס שווערסטע חלק איז די דראנג צו זיין פערפעקט. דער דראנג באגלייט אונז אויף טריט און שריט. און אט דער דראנג איז דער גרעסטער גורם פון עדיקשן.

וואס איז דאס פּערפעקשעניזם?

פּערפעקשאניזם איז די איינרעדעניש אז איך קען, און איך מוז טוהן אלעס 100%. מיר נעמען אויך אריין דעם איינרעדעניש ווען עס קומט צן זאכן בין אדם לקונו. מען האט גאר הויכע שאיפות און מען מיינט אז מען מוז פליען אין הימל און מען מיינט אז דאס איז וואס דער אויבערשטער פארלאנגט פון אונז. און ווען מען דערזעהט זיך אלס אן עדיקט, אן קיין שום כח אנטקעגן דעם איז עק וועלט! און ווען מען קומט שוין ענדליך אן צום ריכטיגן אדרעס, די 12 סטעפס, נעמט מען זיך דערצו מיטן זעלבן מהלך ווי ביז אהער, מען ערווארט פון זיך צופיל און מען טאפט א וואנט.

איין וויכטיגע כלל איז, צו געדענקען אז דער ציל איז צו זיין היינט אביסל בעסער פון נעכטן...

די דריי וויכטיגסטע זאכן און דעם פראגראם זענען נישט קיין נייע זאכן, אבער מיר דארפן עס נוצן אויף גאר א נייעם וועג.

אמת'דיגקייט - עס פעלט זיך אויס צו זיין גאר אמת'דיג מיט זיך. און עס איז שווער. מיר זענען געוואוינט צו לעבן מיט א מאסק. מען דארף לאנג שוויצן ביז מען קומט צו צום פינטל פון אמת.

אפנקייט - זייער שווער צו זיין אפן מיט די זאכן. עס פילט זיך זייער אומבאקוועם און אנהייב.

וויליגקייט - נישט דער אזויגערופענער רצון, דער דראנג וואס האט אונז געשטופט ביז היינט, נאר א הכנעה'דיגע וויליגקייט צו טוהן וואס מען שלאגט פאר אפילו ווען מיר האלטן אנדערש.

די וויכטיגסטע שריט פאר א אידישן עדיקט איז צו בויען א נייע פארבינדונג מיטן אויבערשטן. מען קען נישט בויען א בנין פארן לעבן אויף דעם יסוד פון אונזער אלטע פארקרומטע השגה פונעם רבוש'ע.

א גוטע עצה איז זיך אראפצושרייבן אלע פראבלעמען וואס מען האט אין לעבן, און וואס ס'פעלט זיך אויס אז די פראבלעמען זאלן ווערן געלעזט. דער אויבערשטער איז אלעס. און דאס וואס איז אויף דיין ליסט איז 'דיין' השגה פונעם רבוש'ע. אבער דאס איז נישט וואס דער רבונו של עולם איז באמת.

עס איז גוט צו האבן א קורצע תפילה, דוקא אין אידיש, צו העלפן בויען דעם נייעם פארבינדונג, וועלכער וועט אייך עווענטועל פירן צו א נייעם פארשטאנד אין דעם רבונו של עולם.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?