כל האוספים
געצייגן
שפירן שלעכט נאכ'ן לייגן א פילטער צום ערשטן מאל
שפירן שלעכט נאכ'ן לייגן א פילטער צום ערשטן מאל

שפירן שלעכט נאכ'ן לייגן א פילטער איז א נארמאלע ערשיינונג ביי פילע מעמבערס. דער ס"ם מאכט דאס כדי אונז צו צוברעכן, אבער עס האלט נישט אן לאנג

עודכן לפני יותר משבוע

געוויסע מעמבערס האבן אונז מיטגעטיילט אז נאך וואס זיי האבן צום ערשטן מאל געלייגט א פילטער אויף זייער טעלעפאן האבן זיי זיך געשפירט זייער שלעכט, א געוויסע סארט אויסגעלאשענקייט. דער פאקט אז זיי האבן געשפירט שלעכט האט זיי נאך מער וויי געטון און צומישט, דא האבן זיי גענומען אזא שווערן טריט און געלייגט א פילטער אויף זייערס א כלי, פון דעם אייגענעם רצון, לכל הפחות האבן זיי געהאפט אז עס וועט זיי מאכן גוט שפירן, דערווייל שפירן זיי פונקט פארקערט.

אבער דער אמת איז אז אזא סארט הרגשה איז דוקא זייער נארמאל אין אזא פאל. דער פאקט אז פילע פון אונז האבן דעם זעלבן עקספיריענס און שפירן די זעלבע סארט הרגשה, איז באמת שוין גענוג אונז צו ווייזן אז די סארט הרגשה איז נארמאל. אבער איך וויל נעמען דעם געלעגענהייט דא און אדרעסירן דעם ענין אביסעלע טיפער. צונעמען פארוואס דאס פאסירט, ווייל דאס עצם פארשטיין דעם ענין קען אונז אסאך העלפן איבער דעם.

דער טבע האדם איז אז ער וויל שפירן ביי זיך אז ער קען אלעס, אז ער איז א כל יכול. דער אויבערשטער האט דאס דוקא אזוי געמאכט, בצלם אלוקים עשה את האדם, ער האט אריינגעלייגט אין אונז ג-טליכע כוחות, כדי מיר זאלן אנקומען גאר הויך. אז מיר וועלן שפירן אין זיך די כוחות, וועט עס אונז געבן א שטופ צו וועלן אנקומען צו אלוקות. צו העכערקייט. אבער גלייכצייטיג האט ער עס אזוי אויסגעשטעלט אז מיר זאלן דארפן שטארק ארבעטן אויף זיך אויסצוארבעטן די דאזיגע כוחות, אויסצוארבעטן אונזערע מידות צו קענען באמת, און אויפן ריכטיג אופן אויסנוצן די כוחות, און אזוי ארום אנקומען צו הויכע מדריגות.

און דער אריגינעלער, אומאויסגעארבעטער טבע, וויל אז מיר זאלן שפירן אז מיר זענען א כל יכול אויף א פיל פשוט'ערן מדריגה; פשוט דורכ'ן שפירן אז מיר קענען אלעס באווייזן אליינס. אז ווען מיר האבן א נסיון, ספעציעל אזא סארט נסיון וואס אונזער גאנצער מציאות שפירט אז דער נסיון רירט צו א גאר וויכטיגער, און א גאר צענטראלער פונקט פון אונזער גאנצער לעבן, פון אונזער גאנצער מציאות, וויל דעמאלס דער דאזיגער טבע אונזערער, שפירן, אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן מיט דעם. אז מיר האבן אין זיך דעם כח זיך צו שטארקן אויף דעם גאר טיפן ווילן צו טון וואס מען דארף נישט. ווייל ווען מיר שטארקן זיך אויף דעם, דעמאלס זענען מיר גאר שטארק, ווייל איזהו גיבור הכובש את יצרו.

 ווידער דאס לייגן א פילטער, איז נישט נאר א באגרעניצונג, נאר עס איז אזא סארט באגרעניצונג וואס מיר לייגן אליינס, ווייל מיר האבן ענדליך איינגעזעהן אז מיר קענען זיך נישט באהערשן, אין אנדערע ווערטער, אז מיר זענען טאקע "נישט" קיין כל יכול. אט דער דאזיגער כניעה, דאס אונטערגעבן זיך צום מציאות אז "איך קען נישט אליינס" און איך מוז האבן א הילף, איז גאר א גרויסער קלאפ פאר אונזער עגא, וועלכער האט זיך נאך ביז יעצט געשלאגן אז מיר זאלן דוקא ווייזן אז מיר קענען יא.

דערפאר איז נארמאל צו שפירן ביים אנהייב אזא אויסגעלאשענקייט. אבער מיט די צייט, ספעציעל ווען מען בלייבט נישט שטיין ביי דעם נאר מען ארבעט ווייטער אויף זיך און מען גייט מער און העכער, דאן הייבט מען אן שפירן א מין רוחניות'דיגער חיות וואס מען קען עס נישט באשרייבן.

דעמאלס הייבט מען אן שפירן דעם אמת'דיגן הנאה פון זיין אן איזהו גיבור הכובש את יצרו, ווייל דעמאלס זעען מיר איין אז דער ריכטיגער גבורה איז צו אנערקענען אונזערע שוואכקייטן, אונזערע באגרעניצונגען, און טון עפעס, פון אונזער אייגענעם רצון צו ארבעטן מיט אט די באגרעניצונגען, לויט דעם רצון ה'. ווי למשל דא, דאס לייגן א פילטער. מיר אנערקענען ענדליך אז דער יצר איז שטערקער פון אונז און אז מיר זענען באגרעניצט ווען עס קומט זיך צו שלאגן מיט אים פנים אל פנים, און דערפאר לייגן מיר א פילטער כדי אז מיר זאלן זיך בכלל נישט טרעפן מיט אים פנים אל פנים.

אט דאס איז דער אמת'ער רצון ה', מיט דעם זענען מיר באמת גלייך צום באשעפער און ווען מיר לעבן אזוי אין אונזער גאנצער לעבן ברענגט דאס איז א גאר געוואלדיגער, גוטער הרגשה, ברוחניות און אפילו בגשמיות.

גבאי

האם קיבלת תשובה לשאלתך?