כל האוספים
געצייגן
איין טאג אויף אמאל
איין טאג אויף אמאל

וואס מיינט דאס, מארגן מעג איך שוין טון וואס איך וויל? וויאזוי גייט דאס מיר העלפן און וויאזוי פירט מען דאס אויס

עודכן לפני יותר משבוע

צום ערשטן וויל איך זאגן אז עס איז טאקע א טיפער ענין און בכלל נישט קיין גרינגער. עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין, אבער זייער שווער אויסצופירן. עכ"פ פאר מיר.

פאר מיר איז דאס נאך עד היום איינס פון די שווערסטע זאכן אין מיין לעבן.

דער באשעפער האט אזוי געמאכט דעם מענטש אז ער האט ערווארטונגען, עקספעקטעישאנס. אזוי זענען מיר אויפגעוואקסן, אז זאכן ווערן צוגעשטעלט פאר אונז, אונזערע עלטערן און אנדערע ערוואקסענע גיבן אונז וואס מיר דארפן.

אזוי אויך ווייסן מיר וואס צו ערווארטן. מיין מאמע גרייט מיר אן וועש, מיין טאטע פארדינט געלט און שטעלט מיר צו וואס איך דארף אא"וו.

אבער ווען דער מענטש וואקסט אויף און ער הייבט אן שפירן א חלל, ער באקומט נישט געוויסע געברויכן וואס ער דארף, און רוב מאל הייבט זיך דאס אן אין דעם נפשיות'דיגן טייל פון די געברויכן, די לעבנסוויכטיגע, עמאציאנעלע געברויכן ווי ליבשאפט און אנערקענונג, דאן הייבט זיך אן א פראבלעם, און עס איז א פראבלעם מיט וואס מיר זענען לגמרי נישט צוגעגרייט צו דיעלן. מען האט אונז קיינמאל נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם.

אויטאמאטיש, ווען דער מענטש זעהט נישט קיין וועג עס צו באקומען, הייבט ער אן טרעפן סיבות פארוואס ער האט עס נישט יעצט און ער הייבט אן פאנטאזירן ווי גוט עס גייט אים זיין בעתיד. יעצט האב איך עס טאקע נישט, אבער ווען איך גיי זיין א בחור... ווען איך גיי זיין א טאטע... ווען איך גיי האבן געלט... ווען איך גיי... (לייג צו כאוות נפשך...)

עס איז א נארמאלע, נאטורליכע רעאקציע. עס קומט אונז נישט קיין פעטש פאר דעם. דאס איז דער וועג וויאזוי דער מח ארבעט. ולא עוד, נאר עס איז באמת א חסד ה', ווייל אויב טראכט מען נישט אזוי קען דער מענטש נישט אנגיין און ער ברעכט אונטער. אויב יעצט איז נישט גוט, און בעתיד גייט אויך נישט זיין גוט, דאן פארוואס בין איך דא, פארוואס זאל איך בכלל אנגיין ווייטער. פארוואס זאל איך נישט גראד זיך נעמען דאס לעבן?

נאר דער תקוה, דער האפענונג אז עס גייט זיין גוט, דאס גיט אונז דעס חיות, די מוט אנצוגיין מיט'ן לעבן. און דערפאר זעהט מען זייער אפט, אז מענטשן וועלכע זענען גאר שטארק אביוזד געווארן האבן גאר שטארקע דמיונות און פאנטאזיעס איבער ווערן גרויס און רייך און מעכטיג, זיי מוזן דאס טון נאר כדי צו קענען דורכשטופן דעם טאג, וואך, חודש.

אינצווישן, וויאזוי גיב איך זיך אן עצה אינצווישן? ביזן קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק. נו וואס  טוט מען?

אהה, דא ווענדט זיך שוין ביי יעדעם איינעם. ביי מיר איז דאס געווארן די דאזיגע סעקס אדיקשאן אדער אבסעשאן (אדער וויאזוי דו ווילסט עס אנרופן). אההה, יעצט איז א מחי', ווען איך ארבעט אריין אין דעם אדיקשאן, איך מאך זיך פילן גוט, יעצט אויף די מינוט זענען די אלע צרות פארביי. יעצט אויף די מינוט פיל איך גוט, איך בין גרויס, שטארק און מעכטיג, וגו' וכו'.

יעצט, די אלע זאכן וואס איך האב געזאגט, זענען נארמאלע, טבע'דיגע רעאקציעס פון אונזער מענטשליכער מין, דער מח פון דעם מענטש ווערט אזוי געבויעט און אזוי לויפט עס נאטורליך.

אבער דער אינטערליגענדער טעאריע אונטער דעם איז: "איך בין בעה"ב, איך נעם קער פון מיר, איך בין אין קאנטראל". יענער קען מיר טאן דאס אדער יענץ ווייל ער איז פשוט שטערקער פון מיר, אבער אויב וואלט איך געקענט טרעפן א וועג זיך צו שטארקן אויף יענעם וועט אלעס זיין פיין. אויב וועט מיין ווייב-טאטע-מאמע-חבר וכדו', מיך ליב האבן, דאן וועל איך זיין גליקליך און צופרידן.

אבער דאס איז פשוט נישט אמת.

דער אמת איז אז דער באשעפער, דער רבונו של עולם, ער איז דער בעל הבית. ער גיט און ער נעמט, פאר איינעם גיט ער אזוי און פאר איינעם גיט ער אנדערש. נאר פון אים קענען מיר באקומען סיי וואס, צו עס איז געלט, כבוד, ליבשאפט, אנערקענונג, מאכט, געזונט, פרנסה, נחת, לייג צו וואס נאך דו ווילסט. (יא, אפילו סעקס)

אלזא, אויב ווייס איך אז דאס וויל דער באשעפער פון מיר היינט. דאס איז היינט מיין עבודת ה', אז איך זאל נישט האבן א, ב, ג, ד און ה. און וויפיל איך וועל זיך רעגן און עסן וועל איך עס נישט האבן, אבער אין די זעלבע צייט וויל דער באשעפער אז איך זאל יא האבן געוויסע אנדערע זאכן, און איך בין מקבל דעם רצון פון דעם אויבערשטן אויף מיר, אים צו דינען אויף זיינע טערמינען, דאן הייב איך זיך אן צו שפירן אנדערש.

וויבאלד איך קען פועל'ן ביי מיר מקבל צו זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון בשמחה, דאס מיינט, זיך אליינס צוברעכן, צוברעכן 'מיין' רצון, 'מיין' גאוה, און מקבל זיין וואס ער וויל, דאן הייבן זאכן אן זיך צו טוישן.

אבער ברגע וואס איך האב דאס מקבל געווען, קומט דער אנדערער געפיל: "אקעי, איך גיי אזוי אפלעבן מיינע יארן און פארטיג, אזוי גייט שוין זיין אייביג, ס'עט אייביג זיין.... (פיל אריין וואס דו ווילסט".

אזא סארט מחשבה גיט מיר אביסל מנוחה, אקעי, אזוי וויל דער אויבערשטער, ס'עט שוין זיין גוט אזוי. יעצט פיל איך בעסער, ווייל איך ווייס שוין וואס דער עתיד גייט זיין און איך האב נישט מער קיין האפענונגען אויף בעסער.

"תוחלת ממושכה מחלה לב" זאגט שלמה המלך. אזוי ארבעט דער מענטש, עס איז אים גרינגער אויפצוגעבן אויף די האפענונג און מחליט זיין אז ס'גייט שוין בלייבן אזוי, ווי איידער צו האלטן דעם האפענונג און אדורכפאלן אויף דעם איין מאל און נאכאמאל.

וועגן דעם, ארבעט מיין קאפ אזוי: איך גיי מער "קיינמאל" נישט טון די זאך. אבער מארגן, אדער נעקסטע וואך טו איך עס נאכאמאל. און ווען דאס געשעהט אביסל צו פיל מאל, דאן געבן מיר אויף אינגאנצן. איך זעה אז איך קען נישט.

און דאס פונקטליך וויל דער יצר הרע. ווען מיר געבן אויף אויף זיך דאן האט ער עררייכט וואס ער וויל. אויף דעם האט ער אזוי שווער געארבעט.

אויב אבער איך קען אויפגעבן אויף דעם "זיך", אויף וואס איך וויל, און אויף מיין כבוד און מיין עתיד און לאזן אלעס פון דעם עתיד פאר אייבערשטן, און יעצט לעבן נאר פאר היינט, איז דאס גאר אן אנדערער מעשה.

און דער אמת איז אז דו קענסט טאקע נישט לעבן מיט'ן עתיד, עס איז נישט מעגליך דו זאלסט עס קאנטראלירן, איז אויב אזוי וואס גיט דאס דיר צו טראכטן און דאגה'נען דערוועגן? און דער תירוץ איז אז עס געבט טאקע גארנישט, אבער דאך קען איך נישט אנדערש. און דאס איז טאקע וואס דער יצר הרע וויל.

אלזא, ווען איך טראכט נאר פון היינט, נאר איין טאג אויף אמאל, מיינט דאס נישט אז מארגן גיי איך טון וואס איך וויל. אבסאלוט נישט, עס מיינט אז איך געב אויף מיינע חשבונות אויף דעם מארגן און איך לאז עס איבער פאר'ן אויבערשטן. היינט איז היינט און איך קען נאר ארבעט'ן אויף היינט. דערפאר בעט איך דעם אויבערשטן ער זאל מיך האלטן ריין היינט, און איך טוה וואס איך קען צו בלייבן ריין היינט, כאילו איך גיי די נאכט שטארבן.

נישטא קיין מארגן. מארגן, אויב עס וועט זיין, (און דעמאלס וועט עס זיין היינט) וועט מען ארבעטן פאר דעם טאג.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?