לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
דער פרייז פון רעקאווערי: אלעס
דער פרייז פון רעקאווערי: אלעס

ווען א מענטש איז גרייט "אלעס" אויפצוגעבן פאר'ן אויבערשטן און איינזעהן אז אלעס איז זיינס, גארנישט איז נישט מיינס, קען ער פיל שנעלער ריקאווערן

עודכן לפני יותר מ-6 שנים

בס"ד

פארט זיך אזוי דער עדיקט שפעט ביינאכט, נארוואס נאכאמאל אדורכגעפאלן. ער איז פארווייטאגט, צובראכן, צושמעטערט, אן קיין שום האפענונג. מיט טרערן אין די אויגן קוקט ער צום הימל און זאגט: "באשעפער, אויב ביסטו דא, פליז, איך בעט דיך, העלף מיר, איך קען דאס מער נישט אויסהאלטן!".

ער האט נישט קיין מושג צו איינער הערט זיך צו צו אים, און ער האט נאך ווייניגער האפענונג אז זיין תפילה וועט געענטפערט ווערן. ער איז שוין צוגעוואוינט צו ווערן אנטוישט נאך אזויפיל יארן פון בעטן און וויינען און נישט געענטפערט ווערן. אלזא, ער האט יעצט אויך נישט קיין גרויסע האפענונגען.

גייט אריבער עטליכע מינוט און פלוצלינג הערט ער א שטילע, ווייכע קול: טייערער עדיקט, היינט איז דיין מזל'דיגער טאג. איך האב צוגעהערט דיינע תפילות און איך בין גרייט דיך ארויסצוהעלפן און אוועקנעמען פון דיר דיין עדיקשאן.

ער גלייבט זיך נישט זיין מזל: wow, באשעפער, איך קען עס קוים גלייבן! איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו באדאנקען.

באשעפער: נישט דא פארוואס. מיי פלעזשור. אמממ. אבער איין זאך. זעהסט, האסט מיר געבעטן איך זאל דיר אוועקנעמען דיין עדיקשאן און איך גיי עס טאקע טאן. אבער עס האט א פרייז.

עדיקט: בשמחה רבה, גלייב מיר באשעפער, עס איז נישט דא קיין פרייז אויף די וועלט וואס איז צו גרויס פאר מיר צו באצאלן אויף צו קענען ריקאווערן פון דעם עדיקשאן.

באשעפער: פיין, וואס האסטו יעצט אין טאש?

עדיקט: 30 דאללער.

באשעפער: גוט, דעמאלס איז דער פרייז פון ריקאווערי פאר דיר, 30 דאללער.

עדיקט: באשעפער, גיב א קוק, ווער ווייסט נאך אזוי גוט ווי דו וואס איך בין אלס גרייט צו טון פאר ריקאווערי, אבער די געלט איז מיין לעצטע געלט און אויב איך גיב עס דיר אוועק וועל איך נישט האבן קיין געלט אריינצולייגן געז אין מיין קאר מארגן צופרי.

באשעפער: אהה, הייסט עס אז דו האסט א קאר אויך? גוט, דער פרייז איז ארויף. דיין ריקאווערי וועט קאסטן די קאר מיט די דרייסיג דאללער.

עדיקט: אבער באשעפער, אויב איך וועל נישט האבן קיין קאר, וויאזוי וועל איך אנקומען צו די ארבעט?

באשעפער: אהא, פארשטיי איך שוין אז דו האסט א דזשאב אויך. פיין, דער פרייז איז ווידער ארויף, דער פרייז איז דיין דזשאב, די קאר און די דרייסיג דאללער.

עדיקט: אוי באשעפער, איך וויל אזוי שטארק ריקאווערן און איך בין באמת גרייט צו בלייבן ארבעטסלאז מיין גאנצע לעבן. אבער אויב איך גיב אויף דעם דזשאב, וויאזוי וועל איך שפייזן מיין ווייב און קינדער? דו מוזט מיך פארשטיין מיט דעם.

באשעפער: דאס איז שוין א חידוש. קומט אויס אז דו האסט א ווייב מיט קינדער. נו, די פרייז איז שוין ווידער ארויף. פאר דיין ריקאווערי דארפסטו מיר געבן דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין דזשאב, דעם קאר און די דרייסיג דאללער.

דער עדיקט האט זיך ענדליך געכאפט אז עס לוינט נישט צו טענה'ן. ער האט איינגעשטימט צום באשעפער'ס תנאים. ער איז געט אויף אויף אלעס וואס ער פארמאגט און דער באשעפער נעמט אוועק פון אים זיין אדיקשאן.

דעם נעקסטן צופרי, ווי נאר ער שטייט אויף הערט ער ווידער דעם באשעפער: "טייערער עדיקט, וויבאלד אז נעכטן ביינאכט האסטו דאך מיר אוועק געגעבן אלעס וואס דו פארמאגסט, בין איך גרייט יעצט צו מאכן מיט דיר א נייעם געשעפט. פון היינט און ווייטער געהערן די אלע זאכן מער נישט פאר דיר, זיי געהערן פאר מיר. אבער איך בין גרייט דיך צו לאזן זיך באנוצן מיט זיי, מיט איין תנאי: דו מוזט געדענקען אז עס געהערט פאר מיר און נישט פאר דיר. ברגע דו וועסט פארגעסן פון דעם געשעפט און דו וועסט מיינען אז אלעס איז דיינס, איז דער געשעפט בטל ומבוטל און די עדיקשאן וועט צוריק קומען."

און אזוי ארבעט עס פון דעמאלס. יעדן טאג וואס דער עדיקט געדענק איבערצוגעבן זיין לעבן און זיין ווילן פאר בורא כל עולמים און צו זיין השגחה, לויט ווי ער פארשטייט אים, באקומט ער א 1 טאג באפרייאונג פון זיין עדיקשאן, און אין צוגאב באקומט ער נאך אסאך אנדערע זאכן וואס ער וואלט קיינמאל נישט באקומען אן דעם. אבער אין די מינוט וואס ער פארגעסט ווער עס איז דער בעה"ב – הערט ער פלוצלינג א קלאפ אין טיר. די מארשאלס קומען אן צוריק צו נעמען אלעס און צוריק געבן דעם עדיקשאן.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?