לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםצוועלעף סטעפס
גיין צו א גרופע איז נישט קיין שטראף
גיין צו א גרופע איז נישט קיין שטראף

איך גיי צו 12 סטעפ מיטינגס ווייל עס איז מיר א געוואלדיגע פארגעניגען, עס געבט מיר אסאך האפענונג און א צייט צו פארברענגען מיט אמת'ע חברים

עודכן לפני יותר מ-6 שנים

בס"ד

עס איז שוין באלד זעקס יאר זייט איך בין אנגעקומען צו דעם 12 סטעפ פראגראם; אבער פארוואס האלט איך נאך אין איין גיין צו די גרופעס בקביעות? די דאזיגע פראגע איז בעצם די זעלבע פראגע (כאטש אין אנדערע ווערטער) וואס פילע נייע מעמבערס פרעגן ווען זיי קומען אן צו אזא פראגראם: ביז ווען וועל איך דארפן גיין צו די סארט גרופעס?

וואס ליגט באמת אונטער די פראגע, איז א הנחה אז דאס גיין צו די גרופעס איז אזא סארט שטראף אויף מיין מצב. ווייל איך האב דעם פראבלעם, און איך האב געטון כך וכך, דארף איך יעצט באצאלן מיין חוב צו די מענטשהייט דורכן גיין צו א געוויסע מספר פון גרופעס, אדער פאר א געוויסע סכום צייט.

איז אזוי, גרופעס איז נישט קיין שטראף. גאנץ פשוט. און די עיקר סיבה פארוואס איך גיי נאך אלץ צו גרופעס איז ווייל איך האב הנאה דערפון. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט די איינציגסטע סיבה, בכלל נישט, עס זענען דא נאך פילע סיבות וועלכע זענען פונקט אזוי חשוב, אבער איך גלייב אז אויב איך וואלט נישט הנאה געהאט פון גיין, וואלט איך נישט געקענט גיין אזוי לאנג, און גיין מיט התמדה, עטליכע מאל א וואך, און אוודאי נישט אין אנגעצויגענען צייטן.

אין די גרופעס באקום איך פילע זאכן. די ערשטע זאך וואס איך באקום, איז א דערמאנונג אז איך בין קראנק מיט דעם מחלה פון אדיקשאן צו לאסט און אז איך דארף ארבעטן אויף דעם יעדן איינציגסטן טאג אז איך זאל קענען בלייבן ריין. די דאזיגע דערמאנונג קומט בעיקר פון נייע חברים וועלכע קומען אן, אבער עס קומט אויך פון דעם עצם גיין צו די גרופעס, פון רעדן איבער דעם נושא און פון הערן אנדערע חברים דערציילן וויאזוי זיי פארמעסטן זיך מיט לאסט. עס איז א געלעגנהייט פאר מיר זיך צו דערמאנען פון וואו איך קום און צו וואו איך וויל נישט צוריק גיין. בדרך כלל קומט אזא סארט דערמאנונג אין צוגאב צו די ווייטאג פון א גליטש אדער א פאל, אבער אין די גרופעס באקום איך עס בחינם, מיט א שאנס צו טון וואס איך דארף איידער די ווייטאג פון א פאל קומט אן.

נאך א גוטע זאך וואס איך באקום אין די גרופעס איז האפענונג. ווען איך זעה אנדערע מעמבערס וויאזוי זייערע לעבנס ווערן בעסער און בעסער, זיי גייען העכער און העכער, און איך זעה אז אויב איך וועל ווייטער ארבעטן די סטעפס און איך וועל זיך ווייטער אנטוויקלען אין דעם ריכטיגן וועג, וועל איך אויך באקומען פילע פון די זאכן. און דא רעד איך סיי פון נייע חברים און סיי פון אלטגעזעסענע. יעדער וואס מען זעהט ביי אים א פארבעסערונג געבט עס צו שטארקקייט און האפענונג. יא, מען הערט אסאך ווייטאג אין די גרופעס, אבער מען הערט אויך אסאך שטארקקייט און האפענונג.

און נאך דעם אלעם זאג איך נאכאמאל, אז די עיקר סיבה פארוואס איך גיי איז ווייל איך האב הנאה צו גיין צו די גרופעס. לאו דוקא וועגן די דערמאנונג און אויך נישט וועגן די שטארקקייט און האפענונג, נאר בעיקר אויף זיך צו געפונען אין א פלאץ (כמעט די איינציגסטע אזא פלאץ) ווי עס הערשט אמת, ערליכקייט און אויפריכטיגקייט. אזוי אויך זענען מענטשן דארט מיט'ן קאפ אויך, נישט נאר מיט'ן קערפער.

פאר די שעה וואס איך בין דארט געפון איך זיך אינאיינעם מיט מענטשן וועלכע זענען דארט אויפן פלאץ. זיי זענען נישט פארנומען מיט זייער סעלפאון, זיי זוכן נישט וואו צו אנטלויפן, זיי זענען נישט אינטערעסירט צו מאכן סיי וועלכען רושם אויף סיי וועמען, זיי זוכן זיך נישט אויסצופיינען פאר דעם אדער יענעם אדער פארשענערן זייער מצב. פאר די גאנצע שעה באקום איז די זכות צו זיין אין די געזעלשאפט פון מענטשן פאר וועמען איך פיל זיך באקוועם זיי צו פארציילן אלעס איבער מיר און איך ווייס אז זיי וועלן מיך מקבל זיין און נישט דן זיין.

ווען איך גיי צו א גרופע לאז איך אונטער מיר דאס גאנצע געלויף פאר "נאך". איך לעש אויס דעם סעלפאון און איך האק זיך אפ פון דעם גאנצן הו-הא וואס באגלייט מיך אינדרויסן, און איך בין גענצליך דארט. דאס איז די איין פלאץ ווי איך קען זיין אמת'דיג און אויפריכטיג מיט מיר אליין, וויבאלד איך קען פונקט אזוי זיין די זעלבע אויפריכטיג מיט אנדערע חברים.

היינטיגע צייטן איז שוין דא אין מיין געגענט א גרופע יעדן מוצאי שבת און איך מאך זיכער עס נישט צו פארפאסן. אמאל איז דא מער חברים און אמאל ווייניגער, אבער פאר מיר איז דאס אלעמאל א ספעציעלע געלעגענהייט אנצוהייבן דעם וואך מיט א שעה פון ריקאווערי. איך האב פשוט פאן מיט'ן גיין צו די גרופע. עס איז פאן פאר מיר זיך צו באגעגענען מיט די חברים, איך האב הנאה פון די לייענען און פון די מיטטיילונגען פון די אנדערע חברים און דאס גיבט מיר כח אריינצוגיין אין די וואך.

דאס זענען די סיבות פארוואס איך גיי צו די גרופעס, און דאס זענען די סיבות פארוואס איך וועל ווייטער גיין. פאר מיר איז דאס נישט קיין שטראף – עס איז א מתנה.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?