כל האוספים
געצייגן
מאך א שפאלט אין די בושה
מאך א שפאלט אין די בושה

נייע מעמבערס אין דעם סייט וועלן אפט לייענען און שרייבן זייער פארווע, אבער עס העלפט פיל מער צו ברעכן אביסל די בושה און שרייבן אביסל פרטים

עודכן לפני יותר משבוע

איך וויל דיר זאגן אפאר ווערטער, פון מיין הארץ צו דיין.

דער באשעפער האט דיר געגעבן א גאר גרויסער נסיון, וואס אויסער דעם וואס עס איז זייער שווער עס איבערצוקומען, טראגט עס מיט זיך אויך א גרויסע בושה. נישט נאר דו, נאר יעדער איינער וואס האט דעם פראבלעם, טראגט זיך ארום מיט געפערליכע בושה. "שעים" ווי מען רופט דאס דא אין אמעריקא. מען שפירט ביי זיך אז מען איז דאס ערגסטע שב'ערגסטע אויף די וועלט. און אויב איז מען נאך אינעם געווענליכן לעבן א שטיקל אנגעזעענער מענטש, אדער א אינגערמאן א עובד אדער א מבקש איז דאך פילפאכיג ערגער און שטערקער.

דאס אלעס איז נארמאל. אזוי שפירט זיך "יעדער איינער" וואס האט דעם פראבלעם.

אבער אויב וויל מען איבערקומען דעם פראבלעם, איז די ערשטע זאך אז מיר מוזן אדורכברעכן א שפאלט אין אט די בושה. 

דער דאזיגער זייטל איז צוגעשטעלט געווארן דירעקט פאר די סיבה, און דירעקט אויף אזא אופן אז מען קען בלייבן אנאנים, און דאך רעדן מיט מענטשן וועלכע זענען דאס אליינס אריבער און קען אייך זאגן פון אייגענע עקספיריענס, וואס צו טאן. אין חכם כבעל הנסיון, און דא האט דער באשעפער צוגעשטעלט פאר דיר כמה בעלי נסיונות וועלכע קענען דיך פרובירן צו דירעקטירן און צופירן צום ריכטיגן וועג וואס קען דיר אויפלייכטן די אויגן און אויפלעבן דיין הארץ און נשמה און אריינבלאזן אין דיר א פרישער חיות און לעבהאפטיגקייט.

דו קענסט מיט'ן באשעפער'ס הילף צוקומען צו אזעלכע לעכטיגע און זיסע טעג אין דיין לעבן אז דו וועסט נישט קענען גלייבן אז דו ביסט אגעקומען צו דעם. אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט, מיר מוזן וויסן אביסל מער איבער וואס גייט פאר מיט דיך.

דו דארפסט גארנישט מורא האבן און זיך פון גארנישט שעמען, וואס דו וועסט נאר זאגן האבן מיר שוין געהערט און געזעהן ערגער און מיר קוקן קיינעם נישט אראפ, פונקט ווי מיר קוקן היינט נישט אראפ זיך אליינס אויף די זאכן וואס מיר האבן געטאן.

דעריבער געטרייער איד'ישער ברודער. פתח פיך ויאירו דבריך, פארצייל אביסל וואס גייט אריבער אויף דיר, וואס טוסטו און וויאזוי ביסטו אנגעקומען צו דעם, עס איז זייער גרינג צו שרייבן סתם אזוי: איך פלאג זיך, אבער אויב מען געבט נישט אן קיין שום פרטים זאגט דאס גארנישט, עס קען מיינען עניטינג. האב נישט מורא און שרייבט וואס דאס איז דער זאך מיט וואס איר פלאגט זיך, וואס זענען אייערע נסיונות, ווי פאלט איר, אין וועלכען ענין מוטשעט איר זיך דאס מערסטע.

דערצייל אביסל פרטים איבער וואס דו האסט שוין פרובירט, וואס האט געהאלפן און וואס נישט. און דער עיקר, האב נישט מורא און הייב אן ברעכן די בושה. קיינער דא ווייסט נישט ווער איר זענט און אייער שרייבן מער וועט נאר זיין לטובתכם.

דער באשעפער האט דיך זייער ליב און פאר א געוויסע סיבה זעהט ער אז עס איז פאר דיין טובה זיך צו מוטשען אזוי לאנג ביז דו קומסט אן צום ריכטיגן וועג, אבער ווען מען קומט אן איז עס זיסער ווי צוקער.

ווי עס שרייבט צו דיר דער
גבאי

האם קיבלת תשובה לשאלתך?