ממעמקים
טאטע געטריי
איך טוה צו דיר רופן
ממעמקים
פון הארצן טיפן
הער מיין געשריי
עס טוט אזוי וויי
פון מיין קרענק מיר באפריי
דו האסט מיר
באשאפן מיט איין ציל
נאר צו דינען דיר
מעשים טובים פיל
דער שטן איז שטארק
ס'איז אזוי הויך דער בארג
מיט מיינע שוואכע כוחות איך פראביר
איך ווייס אז איך קען נישט אליין
דעם הויכן בארג דורכגיין
גיב מיר די כוחות אנצוגיין
די שווערע נסיונות בייצושטיין
טאטע און הימל הער
אויפן הארץ איז זייער שווער
איך פאל אזויפיל מאל
אין טיפן אפגרונד אין טאל
פון אויג פאלט א טרער נאך א טרער
טאטע און הימל הער
זאל זיין באוויליגט יעדע טרער
לייז אונז שוין אויס
העלף שוין ארויס
ווייל קיין כח האבן מיר נישט מער