כל האוספים
געצייגן
צו לעבן, פשוט צו לעבן – פורים אין ריקאווערי
צו לעבן, פשוט צו לעבן – פורים אין ריקאווערי

אויסצומעקן מיין אייגענעם עמלק מוז איך נישט ווארטן אויף פורים צו טרינקען און טאנצן, איך דארף פשוט אנהייבן לעבן מיט'ן באשעפער יעדן טאג

עודכן לפני יותר משבוע

יעדעס יאר, מיום עמדי על דעתי, אדער צו זיין מער פונקטליך, פון דעם טאג וואס איך האב מגלה געווען דעם ספעציעלן געפיל וואס קומט מיט מיט'ן אויפשטעלן יענעם מקום, איז פורים געווען ביי מיר א בחינה פון יום כיפור. די שמחה, די טענץ, דאס טרינקען און דאס שיכרות, און אלעס איז געווען איין גרויסער דעמאנסטראציע אנטקעגן מיר אליינס.

איך געדענק מיך אליינס, אינגאנצן פאר דריי יאר צוריק, ווי איך בין געטאנצן מיט התלהבות; און מיט יעדן עקסטערן טריט פון דעם טאנצן האב איך געשפירט ווי ממש יעצט, מיט דעם טאנץ מיינעם טוה איך צושמעטערן דעם קליפת המן-עמלק וואס געפונט זיך אין מיר: נעמליך, מיין משיכה צו די תאוות.

אויב אין יום כיפור איז עס געווען געוויינען און שפיזיגע ווייטאג, און געשרייען וועלכע לעכערן הערצער און הימלען וועלכע האבן זיך ארויסגעריסן מיט שטילע טרערן, איז עס אבער אין פורים געווען פעסטע, פייערדיגע, אויסגערעכנטע טענץ. און אוודאי דאווענען און בעטן. אהה, די תפילות פון שפעט ביינאכט, נאך וואס די אלקאהאל האט געטון זיין ארבעט בנאנמות, ווען איך בין ארויס אויף די גאס און געטראפן א ווינקל אונטערן פרייען הימל ווי איך האב גערעדט צו אים, זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויף דעם ביטערן מצב. ווען איך האב אים געזאגט אז איך ווייס אז ער האט מיך באמת ליב און ער ווייסט אז איך האב אים באמת ליב. ווען איך האב געטראפן די ווערטער זיך אויסצודרוקן וואס איך קען נישט געווענליך, ווען איך האב אים פארציילט איבער מיין הונדערט פראצענטיגע קלארע הכרה (לפחות יעצט אין די מינוטן) אז די גאנצע משיכה צו תאוות און הוז"ל איז פאלש, א מאסקע, די ערלת הלב.

היינט פארשטיי איך אז פורים איז געווען דער טאג אין וועלכען איך האב פרובירט זיך אליינס מקבל צו זיין. זיך אנצונעמען אזוי ווי איך בין. אבער כדי דאס צו קענען טאן האב איך צוערשט געמוזט אויסמעקן יעדן זכר פון עמלק. עס איז נאר געווען איין קליינער פראבלעם... עמלק לאזט זיך נישט אזוי גרינג מעקן. אזוי ווי שאול אין זיינע צייטן, האב איך אויך רחמנות געהאט אויף אגג, אדער אויף א קליינע, זיסע, איידעלע וואלענע שעפעלע. ניין, איך בין נאך נישט מסכים אינגאנצן אויסצומעקן די זיסע שעפעלע פון מיין לעבן. אבער אין פורים, אזוי ווי אין יום כיפור, אין דעם טאג בין איך דווקא יא צוגעקומען צו דעם הכרה, מיט א הונדערט פראצענטיגע זיכערקייט, אז איך וויל אמת'דיג יא פטור ווערן פון אים. אינגאנצן. און אט די הכרה איז געווען פאר מיר ווי לופט צום אטעמען.

היינט פארשטיי איך, אז אויף צו אנערקענען אין דעם זיכערקייט פון מיין רצון צו זיין ריין, קדוש וטהור, און נישט צו האבן קיין שייכות צום דעם גאנצן שמוץ, האב איך געשפירט אז איך מוז צוערשט קענען אויסמעקן און ארויסרייסן פון מיר דעם רצון נתרגש צו ווערן, אויפגעשאקלט צו ווערן און צו ווערן איינגעשלינגען אין דעם פארנאגראפיע. אבער פאר עפעס א סיבה איז דער רצון נישט אוועק געגאנגען. אפשר איז די סיבה ווייל איך האב נישט געוואלט גענוג מיט אן אמת, און אפשר גאר האב איך יא געוואלט נאר עס איז געווען פיל שטערקער פון מיר. דער מציאות איז אז עס איז געבליבן.

אבער די אלקאהאל האט מיר געהאלפן פארגעסן פון דעם מציאות, פון דעם פאקט אז דער אינערליכער עמלק עקזיסטירט נאך, אזא סארט געדאנק ווי דער "נאר פאר היינט", פּאנצער. היינט וויל איך. היינט טאנץ איך. היינט בין איך קאנעקטעד צום אויבערשטן, דבוק אין אונזער טאטעלע אין הימל. אבער אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב זאגט שוין, אז צומאל קען זיין אז בשעת ווען דער מענטש טאנצט מיט שמחה און פרייד, ווארט שוין אויף אים די עצבות, די ווייטאג און דאס קלאג ווארטן שוין אויף אים אויף דער זייט, זיי ווארטן אז ער זאל נאר ענדיגן דאס טאנצן און זיי וועלן זיך גלייך צוריק נעמען צו די ארבעט.

היינט נאכט ווען איך קוק צוריק איבער דעם הייבט מיר אן אויסקוקן אז די אלקאהאל פון פורים ביינאכט איז געווען נאר איין קליינער טייל פון א פיל ברייטערער אגענדע. א טייל פון מיין פרואוו זיך ארויסצוזעהן פון דעם טאג טעגליכן לעבן, כדי זיך צו קענען געפונען א מקום ווי איך קען זיך מקבל זיין. אט דארט, אין דעם אלקאהאלישן התבודדות, וועלכע איז דורכגעווייקט מיט אמת'דיגע אויפריכטיגקייט פון התרגשות און התרוממות און פון די פייערדיגע חסיד'ישע טענץ.

אבער וואס טוט זיך מיט אנדערע זמנים? צו קען איך זיך אויס אננעמען אין מיין פלעינע, פשוט'ע, יעדן טאגעדיגע לעבן? ווען מיין קינד שפירט זיך נישט גוט. ווען מיין פרוי איז אפגעשוואכט און זי דארף מיין הילף צוצוגרייטן די משלוח מנות. ווען מיין קאר האט זיך צובראכן היינט צופרי און עס גייט אפקאסטן אן אומפאראויסגעזעענער טויזענטער. ווען איך האב פארגעסן היינט צופרי מיין טעלעפאן אינדערהיים און צוליב דעם איז מיין גאנצער סדר היום צושטערט געווארן, און צוליב דעם האב איך נאך גענומען א באס צו אן אפוינטמענט וואס איך האב היינט, אבער ווען איך בין אנגעקומען האט מען מיר געזאגט אז צופרי האבן זיי מיך גערופן קענסלען, און לכבוד דעם האב איך פארפאטשקעט אזא דריי פיר שעה, צו קען איך מיך דעמאלס אויך אננעמען?

ווען מיין פרוי איז אנגעצויגן און זי רעגט זיך אויף מיר אז איך קלער בכלל צו מען זאל פאררעכטן דעם קאר, און איך בין מגיב צו אירע רעגענישן מיט מיין אייגענעם כעס אויסברוך. ווען איך זעה איין אז דער שיינער, געשמאקער משפחה פארברענג וואס איך האב אויסגעפלאנט פאר היינט מיטאג לאזט זיך אויס מיט צוויי קוויטשענדיגע קינדער. א מידע פרוי וואס וויל נאר שלאפן, און עטליכע אומגעראכטענע געסט וואס העלפן טאקע שטארק צו, אבער נעמען אינגאנצן אוועק דאס ביסעלע ליבליכקייט וואס איז נאך געבליבן אין מיין שוין אזוי אויך צושטערטע נאכט איבער וועלכען איך האב אזוי געשמאק פאנטאזירט.

בקיצור, כמעט יעדע זאך וואס האט נאר געקענט גיין ראנג היינט, איז טאקע געגאנגען.

און יעצט פרעג איך מיר די פראגע. יעצט אין אזא נאכט, אן די הילף פון אלקאהאל, אויסגעמוטשעט, אבער אינגאנצן רואיג. וואס האט היינט פאסירט צו מיר? וויאזוי קען דאס זיין אז היינט האסטו טאטע מחליט געווען אנצוטראסקענען אויף מיר אלע סארטן קליינליכע, טאג טעגליכע פראבלעמען פון עטליכע חדשים, אין א קורצען צייט אפשניט פון צוועלעף שעה, און וויאזוי איז דאס מעגליך אז דורכאויס די גאנצע צייט האב איך זיך געהאלטן רואיג און איך בין געווען גרייט צו לעבן אין דעם יעצטיגן מציאות, פונקט אזוי ווי דו האסט עס מיר אויסגעשטעלט פאר היינט?

איז היינט נאכט האב איך נישט קיין כח זיך אנצומאכן א גאנצע דראמע, זיך אוועקצוזעצן און רעדן צו דיר מיט אזא סארט ערנסטקייט און אויפריכטיגקייט, אזא סארט שמועס וואס וועט אויפדעקן איינמאל פאר אלעמאל דעם אמת וועלכע באהאלט זיך אונטער דעם בארג פון שקר אונטער וועלכען אין לעב זיך מיין לעבן.

אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז די סיבה דערצו איז, ווייל דער עצם געברויך, דאס גאנצע באשעפטיגן זיך מיט דעם ענין פון וואס איז אמת אין מיר און וואס איז שקר, און דער עצם געפיל אז איך מוז ארויסזאגן און ארויסברענגען דעם אמת וואס איך שפיר אין מיין קשר צו דיר, דאס אלעס ווערט לעצטענס ווייניגער און ווייניגער. ווי מער איך האלט אן א שטענדיגן קשר מיט דיר, אלס ווייניגער שפיר איך דעם געברויך. וואס מער איך בין וואַך צו די 'מעסעדזשעס' וואס דו שיקסט מיר דורכ'ן טאג, אלס מער ערמעגליכט דאס מיר זיך צו האלטן רואיג, קאנעקטעד און אפן צו דעם וואס דו ווילסט, צו דעם וואס דו האסט אויסגעקליבן פאר מיר פאר היינט מיט דיין גרויסע ליבשאפט.

איך דאנק דיר טאטע, אויף מיין לעבן. פשוט אויפ'ן לעבן. די דראמע פון די ווייטאג-דיפרעסיע אנטקעגן די שמחה און האפענונג ווערט צוביסלעך פארשוואונדען פון מיין לעבן, און וואס עס פארנעמט איר פלאץ איז פשוט דאס לעבן אליינס. מיט אלע קליינע ווייטאגן און אויסגעמאסטענע פריידן. אויף מיין זיסן יונגעלע וואס האט אזוי שיין אויסגעהערט די מגילה לייענען, און אויף דעם קריגעריי מיט מיין פרוי ארום דאס צוגרייטן די משלוח מנות.

איך דאנק דיר טאטע אויף דעם נייעם פארשטאנד, אויף דעם השגה אז אנשטאט ארבעטן אזוי שווער אויסצומעקן דעם עמלק וואס לאזט זיך נישט מעקן, דארף איך פשוט אריינברענגען דיך אין מיין לעבן, אין מיין יעדן טאגעדיגן לעבן, אין אלע קלייניגקייטן, און די פשוט'ע זאכן, אין דעם געווענליכן, פלעינעם טאג; נישט נאר אין די גרויסע זאכן אדער אין די געהויבענע מינוטן.

אין פורים איז די עיקר לויב און דאנק – אזוי שטייט אין די ספרים – אויף די גופים; נישט אויף די נשמות אזוי ווי אין חנוכה.

נו, איז אויב אזוי טאטי, א יישר כח פשוט אויף דעם לעבן, אויף דעם מעגליכקייט צו שפירן דעם מציאות, מיט אירע אלע פשוט'ע גופניות'דיגע און ערדישע געפיהלן, מיט אירע קלייניגקייטן, און אויך מיט דעם רוחניות וואס עס פארמאגט.

איך בעט פון דיר מיין ליבער טאטע, אז דו זאלסט מיר שענקען נאך פון דעם ערפארונג, פון דעם עקספיריענס, די וועלכע איז באפרייט געווארן פון דעם געברויך זיך כסדר אויפצואווייזן אז די ליכטיגקייט איז שטערקער פון דעם טונקל, אז דער אור איז פאקטיש מער ווי דער חושך, און אז דאס לעבן איז באמת אנגעזעטיגט מיט דיין ליבשאפט און נישט מיט פרעמדע ליבשאפטן.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?