כל האוספים
געצייגן
פארוואס זאל איך אויפהערן - פארוואס הער איך נישט אויף?
פארוואס זאל איך אויפהערן - פארוואס הער איך נישט אויף?

לאסט שפירט מיר גוט, אבער דאך וויל איך אויפהערן. פארוואס? און אויב איך וויל פארוואס הער איך נישט אויף? א הסבר אויף די צוויי פראגעס

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

פארוואס עפעס זאל איך אויפהערן?

די פראגע בעצם איז נישט מיינער. איינער האט עס מיך געפרעגט. אבער ווען איך האב עס געהערט, האב איך אליינס אנגעהויבן אריינקלערן אין דעם פראגע. פארוואס טאקע? עס שפירט דאך גוט. עס שפירט אזוי גוט אז איך גיי כסדר צוריק דערצו. איך האב עס אזוי ליב אז ווען איך האב נאר די געלעגענהייט גיי איך אריינכאפן נאך א ביס. נו אויב אזוי פארוואס טאקע זאל איך אויפהערן? פארוואס זאל איך זיך פייניגן און זיך צוריק האלטן פון אזא געוואלדיגע הנאה?

אבער דאך. מען טאר דאך נישט. די ספרים שרייבן אזעלכע געפערליכע זאכן. עס איז פון די ערגסטע וואס קען נאר זיין. כ'וועל ברענען אין גהינם, כ'וועל געשטראפט ווערן אויף אזעלכע שרעקעדיגע אופנים. דער באשעפער וועט זיך נוקם זיין אין מיר איום ונורא.

און מיט דעם אלעם טרעף איך זיך גאנץ אפט צוריק גיין אהין און נעמען נאך א ביס. טראץ וואס איך זאג מיר אליינס כסדר אז עס איז נישט גוט און איך וועל געשטראפט ווערן אויף דעם.

נו, וואס גייט דא פאר מיט מיר?

אבער טראכטנדיג איבער דעם, קען איך זיך נישט פארהוילן פון דעם אנדערן פראגע וואס קומט אויטאמאטיש ארויף ווען איך קלער איבער דעם: פארוואס האב איך בכלל אנגעהויבן?

טאקע א גוטע פראגע. פאר איך גיי זיך פארענטפערן פארוואס איך הער נישט אויף, אפשר זאל איך פרובירן פארשטיין פארוואס איך האב בכלל אנגעהויבן. איי וועט איר טענה'ן אז דאס איז א נארישע פראגע: איך האב אנגעהויבן ווייל דאס האט געשפירט גוט. עס איז פיינער קענדי און איך האב געוואלט הנאה האבן דערפון. אבער דאס איז נישט אמת. און איך וועל מסביר זיין.

איר האט געהערט אמאל איבער דראגס? איך אויך. און איך ווייס אפילו אז עס שפירט זיך גאר גוט ווען מען באנוצט זיך מיט דעם. און איך ווייס אפילו אז איך קען דאס באקומען אויב איך וויל. איך האב שוין גענוג גערעדט מיט חברה וואס האבן דאס אין זייער באנוץ און איך ווייס קלאר אז איך קען דאס באקומען ביי זיי. נו אויב אזוי פארוואס נעם איך דאס נישט. עס איז א פיינער קענדי, עס שפירט גוט, עס מאכט דעם מענטש שפירן אין זיבעטן הימל. פארוואס באנוץ איך זיך נישט דערמיט?

פארוואס וועל איך נישט אריינגיין אין א מעקדאנלד און עסן א טשיזבורגער ווען איך וועל זיין טויט הונגעריג? פארוואס וועל איך נישט טון נאך פילע אנדערע זאכן וואס מען טאר נישט, טראץ וואס עס איז א פיינער קענדי און עס שפירט זיך גוט, אבער דאס יא?

איך ווייס עס פון מיר אליינס און פון פילע אנדערע מיט וועמען איך האב גערעדט, אידן און גוים צוגלייך, פרומע און פרייע. איך בין נישט "אריינגעפאלן" אין פארנאגראפיע. איך בין עס געגאנגען זוכן. און אזוי זאגן עדות כמעט אלע וואס געפונען זיך אין דעם פראבלעם. איך זאג נישט אז עס קען נישט זיין קיין אויסנאם, אבער רוב רובם ממש פון מענטשן וועלכע מוטשענען זיך מיט דעם פראבלעם זענען עס געגאנגען אויפזוכן. און זיי האבן געוואוסט פונקטליך וואס זיי זוכן.

און דאס איז דער מיליאן דאלער פראגע: פארוואס אלע אנדערע זאכן וואס מען טאר נישט גייען מיר נישט זוכן און פונקט דאס יא. אט דאס איז מיין פראגע וואס איך האב פריער געפרעגט: פארוואס האב איך אנגעפאנגען.

היינט, ווען איך קוק אויף צוריק, פארשטיי איך דעם תירוץ. אבער דעמאלס איז עס געווען זייער שווער.

עס איז קלאר אז ווען איך וואלט געווען הונגעריג עד כדי פיקוח נפש, וואלט איך געגעסן עפעס וואס איז נישט כשר אויך. און באמת איז דאס טאקע דער הלכה. אמת, עס זענען געווען גרויסע אידן וואס האבן נישט געוואלט עסן נישט כשר'ס אפילו ווען עס וואלט זיי געקאסט דאס לעבן, אבער אויף דעם דארף מען זיין גאר א גרויסער מענטש. א פשוט'ער מענטש איז נישט בארעכטיגט זיך מוסר נפש צו זיין אויף כשר'ס.

עכ"פ, ווען מען דארף עפעס האבן לעבנ'ס וויכטיג, דעמאלס וועט מען עס טאן. און דאס איז דער תירוץ. ווען מיר גייען זוכן פארנאגראפיע, זוכן מיר עס פאר'ן לעבן! יא, אזוי ווי איר הערט.

מיר וועלן דאס אפשר נישט מודה זיין. עס איז זייער שווער דאס מודה צו זיין. איך אליינס האב געהאלטן אז איך בין פשוט געבוירן מיט גאר א גרויסע יצר הרע. אדער קענסטו עס רופן גאר א שטארקער סעקס דרייוו. איך בין זייער א הייסער מענטש, געבוירן מיט א פלאקערדיגע תאוה, גענוג פאר פיר מענטשן, און דערפאר דארף איך גאר אסאך סעקס.

צו דעם איז נאך צוגעקומען דער פראבלעם אז מיין פרוי איז פונקט פארקערט, זעהט אויס אז איך האב באקומען איר חלק אויך און זי איז געבליבן אן גארנישט. און דאס אלעס, אינאיינעם מיט דעם אז איך וויל זיך פשוט נישט גענוג שטארק אנשטרענגען צו פייטן מיט דעם יצר הרע, דאס, האב איך געהאלטן איז די סיבה פארוואס איך דארף אזויפיל און איך קען נישט אויפהערן.

אבער באמת איז דער סיבה געווען פיל טיפער פון דעם. אין מיין נשמה איז געווען א לאך, זייער א גרויסער און זייער טיפער לאך, און דער לאך האט געלעכצט צו ווערן אנגעפילט מיט 'עפעס'. איך האב נישט געוואוסט וואס דער עפעס איז, ווייל איך האב נישט פארשטאנען דעם נאטור פון דעם געברויך, אבער געשפירט האב איך עס און עפעס א געפיהל האט מיר געזאגט אז מער סעקס וועט עס מיר געבן.

ווייל איך האב נישט אנגעהויבן מיט פארנאגראפיע. איך האב אנגעהויבן פיל פריער, מיט פיל קלענערע זאכן. און אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל איך האב געזוכט אנצופולן דעם לאך אין מיין נשמה. אבער עס האט נישט געארבעט, איך האב געשפירט אז יא, עס גיט מיר עפעס, והא ראי', בשעת מעשה שפיר איך זיך גאר גוט, איך שפיר ווי דאס איז טאקע "דאס" וואס איך זוך, אבער נישט אויף דעם דרגא, איך דארף עס אויף א העכערן און שטערקערן דרגא.

און דאס האט מיך געטריבן צו פארנאגראפיע, וויסנדיג פונקטליך ווי איך גיי, וויסנדיג אז מען טאר נישט, וויסנדיג אז איך גיי ברענען, בראטן און פלאקערן, האב איך זיך נישט געקענט באהערשן.

אט דער טיפער הונגער וואס איז געווען אין מיין נשמה, דער ברענענדיגער געברויך פאר "עפעס" וואס זאל ערפילן דעם חלל, אנפולן דעם לאך, פון מיין נשמה, דאס האט זיך נישט בארואיגט, נישט קיין חילוק וויפיל סעקס איך האב נאר אריינגעגאסן אין דעם. עס האט געהאלפן פונקטליך פאר אזוי לאנג ווי איך האב עוסק געווען אין דעם (און אפילו דאס נישט אלעמאל). אבער ווי נאר איך האב געענדיגט, האב איך געשפירט פונקט אזוי ליידיג ווי פריער, און געווענליך נאך ליידיגער.

דער הונגער קען נישט געזעטיגט ווערן, עס איז א זאך וואס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין אונזער מציאות און איז א פאקטישער טייל פון אונז. פונקט ווי אונזערע אברים זענען א טייל פון אונז און מיר קענען נישט אפשניידן אן אבר אן געפערליכע יסורים, פונקט ווי מיר מוזן עסן, און עסן איז נישט קיין לוקסוס און מיר קענען נישט מחליט זיין איין טאג מוותר צו זיין אויף דעם, פונקט אזוי איז דער געברויך, דער הונגער פון אונזער נשמה.

מיר קענען נישט מחליט זיין אים נישט צו פיטערן, אבער מיר ווייסן נישט וויאזוי. ווען מיר ווייסן אז מיר קענען ערגעץ געפונען עסן וואס וועט אים בארואיגן, וועלן מיר עס גיין נעמען, אפילו מיר ווייסן אין אונזער קאפ אז מען טאר נישט.

*

אלזא, פארוואס איך האב אנגעהויבן פארשטיי איך שוין; אצינד אבער ווערט מיר שווער, אויב טאקע איז דא אזא טיעפער הונגער אין מיר, און אט דער אקט - סיי וועלכער אקט פון סעקס וואס איך טוה - זעטיגט דעם הונגער און טוט אנפולן דעם לאך, איז אויב אזוי פארוואס זאל עפעס זאל איך אויפהערן?

דער ערשטער און פשוט'סטער תירוץ מיט וואס גאר אסאך מענטשן קומען אויף איז: איך האב מורא. איך גיי ברענען אין גהינם. דער באשעפער וועט מיך באשטראפן. אזעלכע און ענליכע תירוצים זענען בדרך כלל די ערשטע וואס קומען ארויף אויפן געדאנק.

אבער דאס איז נישט אמת. עס איז פלעין ליגנט. נישט חלילה אז איך גלייב נישט אז מען ברענט אין גהינם פאר עבירות. אית דין ואית דיין, עס איז ביי מיר נישט דא קיין שום ספק אין דעם. אבער דער תירוץ, אז דערפאר וויל איך אויפהערן ווייל איך האב מורא פון דעם שטראף, דאס איז נישט אמת. עס איז א פשוט'ער ליגנט. א ליגנט וואס אונזער אדיקשאן (אדער יצר הרע) רעדט אונז איין, כדי אונז צו האלטן ווייטער פארכאפט.

פון ווי נעם איך דאס? זייער פשוט. פון מיר אליינס. איך קען אייך זאגן פון מיין אייגענעם נסיון, אז עס איז אנגעקומען א צייט ווען איך האב שוין נישט מורא געהאט פאר גארנישט. איך האב שוין נישט געטראכט פון דעם גהינם, פון דעם כף הקלע פון די צואה רותחת, איך האב שוין פון גארנישט געטראכט. איך בין שוין געווען אזוי צעדרייט און אזוי פארלוירן אז עס האט מיך שוין גארנישט אינטערעסירט.

עס איז אפילו געווען זמנים וואס איך האב אפגעמאכט אז היות איך קען זיך דאך סייווי נישט ארויסזעהן דערפון, זאל איך כאטש הנאה האבן דערפון. איך האב פרובירט. אבער עס האט נישט געארבעט. עס איז נישט געגאנגען. די הנאה איז געווען א איינרעדעניש און ווי שטארק איך האב געוואלט הנאה האבן, און ווי שטארק איך האב זיך איינגערעדט אז איך ענדזשוי מיך, האט עס עפעס נישט געארבעט. איך האב נאך אלץ געוואלט אויפהערן. די מורא האב איך שוין אויך נישט געהאט און איך האב נאך אלץ געוואלט אויפהערן. איך האב געוואלט אויפהערן אזוי שטארק אז איך האב באמת געוואלט שטארבן. איך האב נישט געוואלט מער לעבן. איך האב מואס געווען אין מיין לעבן, א לעבן וואס איך קען נישט אויפהערן זיך באנוצן מיט סעקס אויף אומאויסגעהאלטענע אופנים. טוב לי מותי מחיי איז געווען דער פאקטישער, טאג טעגליכער מציאות פון מיין לעבן.

אלזא, עס איז נישט דער גיהנם וואס איז גורם איז זאל וועלן אויפהערן. עס איז עפעס אנדערש. דער עפעס אנדערש איז אז איך שפיר אז איך האלט עס פשוט נישט אויס. איך "קען נישט" ממשיך זיין מיט דעם. און אויב יא גייט עס מיך קאסטן מיין לעבן! דא, אויף די וועלט! איך ווייס נאך נישט פונקטליך אויף וועלכען אופן, אבער דאס אז עס גייט מיך קאסטן מיין לעבן האב איך קלאר געזעהן.

וכאן הבן שואל: פארוואס?

וואס פאסירט דא מיט מיר אז איך וויל אזוי שטארק אויפהערן, פארוואס שפיר איך אז עס גייט מיר קאסטן מיין לעבן? און אויב עס איז שוין יא אזוי, דעמאלס פארוואס בין איך נישט מצליח אויפצוהערן?

און דער סיבה דערצו איז גאנץ פשוט (און ווי געזאגט, נאר היינט איז עס פשוט פאר מיר. אויב איר זעהט דאס נישט אזוי איז נישט געפערליך. איך האב עס אויך נישט אלעמאל געזעהן אזוי). אויב האט איר שוין אמאל געקויפט א קאר דאן ווייסט איר אז מיט דעם קאר קומט מיט אזא ביכעלע, אדער א סעט פון צוויי ביכעלעך וועלכע זאגן אייך אלעס איבער דעם קאר. אז איר וועט אריינקוקן בעיון וועט איר געפונען פונקטליך וועלכע גאזאלין איז דאס בעסטע אריינצולייגן און אזוי אויך וועלכע אויל איז דאס בעסטע פאר יעדן טייל.

יעצט שטעלט אייך פאר אז איר וועט נעמען דעם מאטאר, און אנשטאט אריינלייגן דעם מאטאר אויל וואס שטייט אין ביכל וועט איר גיין אין געשעפט און קויפן פשוט'ע וועדזשטעבל אויל און דאס אריינגיסן אין אייער קאר, ווייל דאס איז פיל ביליגער.

קען זיין עס וועט ארבעטן פאר א שטיק צייט, אבער עווענטועל וועט דער מאטאר זיך צוברעכן. און נישט ווייל דער קאר קאמפאני באשטראפט אייך, נאר ווייל דער ענדזשין איז געבויעט געווארן צו ארבעטן מיט אן אנדערן סארט אויל. עס איז פשוט א תוצאה פון אייערע מעשים, נישט קיין שטראף.

אויב איר וועט נעמען א האמער און זיך געבן א זעץ אויפן קאפ, וועט איר שפירן אומגעהויערע יסורים, אבער דאס איז נישט קיין שטראף, יעדער טיפש פארשטייט אז דאס איז נישט קיין שטראף נאר א פשוט'ער, דירעקטער רעזולטאט פון אייערע מעשים.

דאס זעלבע איז מיט דעם. דער באשעפער האט אונז באשאפן אזוי אז מיר זאלן האבן א געוויסע מאס סעקס. פונקט ווי טאיאטא און דזשענעראל מאטארס ווייסן וועלכע און וויפיל אויל אריינצולייגן אין דעם ענדזשין, ווייל זיי האבן עס געבויעט, אזוי אויך ווייסט דער באשעפער וויפיל סעקס - און מיט וועמען - מיר קענען האבן און עס זאל זיך שפירן גוט, ווייל ער האט אונז באשאפן. אויב גייען מיר איבער דעם מאס, דאן האט עס דירעקטע תוצאות. נישט אלעמאל זעהט מען די תוצאות תיכף, אבער די תוצאות קומען אלעמאל. פריער אדער שפעטער קומען זיי אן און זיי מאנען אפ זייער פרייז.

און פוקנט אזוי ווי ביי א קאר, די זעלבע זאך איז דא. דאס איז נישט קיין שטראף נאר א דירעקטע תוצאה פון מיינע מעשים. און די תוצאה איז אז איך ווער צודרייט. פשוטו כמשמעו. דער מין האנושי איז נישט געבויעט געווארן צו פארנעמען די סארט מעשים. און וויפיל מיר פרובירן זיך איינצורעדן אז עס איז נישט אזוי, און באמת האב איך יא הנאה, נאר איך וויל אויפהערן ווייל איך האב מורא, איז עס ליגנט. איך וויל אויפהערן ווייל איך ווייס אז איך מוז, איך שפיר ווי דאס הרג'עט מיך, דאס מאכט א תל פון מיר און צושמעטערט און צופליקט מיין לעבן.

און גאר אפט איז דער קרבן נישט נאר איך און מיין לעבן, נאר דאס לעבן פון מיין פרוי, קינדער און אנדערע פאמיליע מיטגלידער און שותפים און מיטארבייטער.

דער פאקט אז מיר האבן זיך אנגעהויבן באנוצן מיט דעם בשעת וואס מיר וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון מיט אנדערע עבירות, איז א בפירוש'ער ראי' אז דאס איז נישט פשוט אז מיר פרובירן נישט גענוג שטארק זיך איינצוהאלטן, נאר פשוט אז מיר שפירן אן אינערליכן דראנג דאס צו טון, כאילו מען וואלט אונז געצוואונגען דערצו, ווי אונזער לעבן וואלט זיך געוואנדן אין דעם. ווייל דער אינערליכער דראנג אנצופולן דעם טיעפן חלל אין אונזער נשמה פאדערט עס, און ווי געשריבן פריער, איז נישט מעגליך דאס צו איגנארירן. עס איז פשוט נישט מעגליך.

מיט א שיינע פאר יאר צוריק בין אמאל געווען ביי א קידוש שבת צופרי און דער בעל שמחה האט געהאט דארט גאר גוטע, טייערע ברוינפן. ער האט מיך מכבד געווען מיט א פולן גלעזל פון א טייערן משקה, און איך האב אראפגערוקט דאס גאנצע. זעענדיג דאס, האט ער מיך תיכף אנגעגאסן נאך איינס און אויך דאס איז אראפ. עס האט נישט לאנג געדויערט און עטליכע חברה האבן זיך גרופירט ארום מיר און געגאסן די גלעזלעך מיט א שפע.

יענעם שבת בין איך אנגעקומען אהיים טויט שיכור. מיין פרוי איז געווען זייער ווייט פון צופרידן, און איך האב עס נאך געשפירט פאר שטיק צייט. יא, דער געפיל ביים אנהייב, דער בגילופינ'דיגער געפיל איז געווען זייער געשמאק, אבער עס האט געהאט א פרייז, אזא פרייז וואס איך וויל נישט באצאלן.

איר ווייסט וואס דער תוצאה פון דעם איז געווען? אז עס האט מער קיינמאל נישט פאסירט. עס האט שוין פאסירט אז מענטשן האבן פרובירט מיר אריינצושטופן משקה, אבער איך לאז זיך נישט מער. איך וועל נעמען איין גלעזל און פערטיג.

אויב אזוי, פארוואס הער איך נישט אויף ביי דעם ענין פון סעקס. אז איך זעה אז איך האב זיך אנגעטרונקען און געווארן שיכור און איך האב באצאלט א פרייז, איז דאך דאס א גוטער סיבה אויף אויפצוהערן, פונקט ווי איך האב תיכף אויפגעהערט מיט די משקה?

נאר דער תירוץ איז אז איך קען נישט. דער מציאות איז אז איך קען נישט. וויפיל איך וויל קען איך אבער נישט. איך האב פארלוירן די בחירה אין דעם ענין. ווייל דעם דאזיגן הונגער קען מען נישט איגנארירן, מען 'מוז' אים פיטערן, אבער ער ווערט נישט געזעטיגט פון קיין פאלשע זאכן און ער לאזט זיך נישט נארן. ווען איך פיטער אים מיט סעקס און נאך סעקס און מער סעקס, בלייבט ער הונגעריג, און טראץ וואס פאר דעם זעהט עס אויס ווי עס איז עכט, עס זעהט אויס ווי עס גייט מיך זעטיגן, און טראץ וואס איך ווייס שוין פון עקספיריענס אז עס איז פאלש און עס גייט נישט העלפן, דאך קען איך זיך נישט העלפן און איך קען נישט אויפהערן.

אויף אויפצוהערן מוז איך אנהייבן פיטערן דעם הונגער מיט עפעס עכט.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?