כל האוספים
געצייגן
איך געב נאך נאר לאז מיר לעבן
איך געב נאך נאר לאז מיר לעבן

אסאך מאל פאלן מיר פשוט ווייל מיר האלטן נישט אויס דעם טעראר וואס די מלחמה מאכט אן אין אונזער מוח און צושטערט אונזער לעבן

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

אם כן – למה זה אנוכי...

ביי דעם לעצטיגן גליטש מיינעם, האב איך געכאפט – ביי מיר אין קאפ – א נסיעה אויף צוריק, צו מיינע פארגאנגענע נפילות, און איך האב פלוצלינג גוט געשפירט די סיבה פארוואס איך וויל נישט פאלן. און איך רעד נישט יעצט פון די ווייטאג פון נאכ'ן פאלן, א ווייטאג וועלכען דער באשעפער האט, מיט זיינע גרויסע חסדים, צוריק געהאלטן פון מיר ווייל איך בין ב"ה נישט געפאלן, איך האב זיך צו מזל אפגעשטעלט איידערן פאל. אבער איך האב יא געשפירט די ווייטאג פון פארן פאלן. און איך רעד יעצט פון די אבסעסיע וואס דרייט מיר דעם קאפ און פירט מיך אראפ פון גלייכן זינען. ווען די מחשבות הערן נישט אויף צו לויפן אויף אלע זייטן: "נו, טו שוין, דו מוזט, דו וועסט עס נישט אויסהאלטן", הער איך פון איין זייט, ווידער פון די צווייטע זייט הער איך פונקט פארקערט: "דו טארסט נישט, עס לוינט זיך דיר נישט, פאל נישט, וועסט דאך נאר חרטה האבן, וועסט עס יא איבערלעבן!".

ביידע זייטן הערן נישט אויף מיר צו האמערן אין מוח און עס קומט צו א פונקט ווי איך פיל פשוט אז איך האלט עס מער נישט אויס. איך ווער צופליקט פון אינעווייניג, איך שפיר זיך שרעקליך, און איך הייב אן צו פארלירן דעם טעם אין לעבן אין אזא מצב.

איך האב מיך דערמאנט פון די מאמע רבקה, ווי עס געפונען זיך אין איר צוויי קעגנזייטיגע כוחות און יעדע פון די צוויי שלעפט צו זיין זייט, ביז עס קומט אן די רגע וואס זי האלט שוין נישט אויס און זי שרייט אויס "אם כן – למה זה אנוכי". זי קען פשוט נישט אנגיין אזוי, זי קען זיך נישט פארמעסטן מיט דעם שרעקעדיגן סתירה. זי ווערט נישט בארואיגט ביז זי הערט נישט א קלארן הודעה אז עס רעדט זיך פון צוויי באזונדערע מענטשן.

אבער ביי מיר זענען די דאזיגע צוויי קעגנזייטיגע כוחות נישט קיין צוויי באזונדערע מענטשן וואס שלעפן מיך צו צוויי פארקערטע ריכטונגען, נאר די ביידע פארקערטע כוחות זענען איך. דאס איז דער זעלבער איך וואס וויל אזוי שטארק פאלן, און דער זעלבער איך וועלכער וויל אזוי שטארק נישט פאלן. אט דער צושפליטערטער פערזענליכקייט הרג'עט מיך. און איך שריי אויס: "אם כן – למה זה אנוכי".

די שרעקליכע ווייטאג וועלכע קומט פון דעם אבסעסיע צוזאמען מיט דעם שוידערליכן ווילן נישט צו פאלן, וועלכע קומען ביידע אן צוזאמען, אין די זעלבע צייט, קענען זייער אפט ווערן אזוי אומדערטרעגליך אז מיר טרעפן זיך מיט די געדאנק: "גענוג! איך קען נישט מער. עס איז מיר שוין בעסער צו פאלן און זיין פערטיג מיט דעם!"

ביי מיר אין מוח קומט פאר א מיליטערישע ערדציטערניש, פון אומאויפהערליכע, רעש'יגע ארטילערי, ביז איך בין שוין גרייט צו טון וואס אימער אבי איך זאל האבן אביסעלע שטילקייט, און... איך הייב אויף דעם ווייסן פאן. איך געב זיך אונטער. ווען עס קומען אונטער די מינוטן ווען איך זאג שוין "אם כן למה זה אנוכי", און איך שפיר אז עס איז מיר ענדערש צו שטארבן ווי איידער ווייטער צו ליידן, איז קלאר אז איך וועל קלויבן צו פאלן, מיט די האפענונג אז דער טעראר וועט זיך אויפהערן.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס איז אזוי גרינג אויפצוהערן אבער אזוי שווער צו בלייבן אויפגעהערט. איך הער אויף ווייל איך האף אז דאס וועט מיר ברענגען אביסל רואיגקייט און מנוחה, אבער ווען דער טעראר קומט צוריק און צושטערט מיר ווידער דאס לעבן, און דער אבסעסיע ווערט ווידער שטערקער און שטערקער, בין איך פשוט נישט מסוגל צו בלייבן אויפגעהערט און איך פאל ווידער, און ווידער פאר די זעלבע סיבה, ווייל איך וויל שוין אביסעלע מנוחה.

אבער דער פראבלעם איז דאך, פארשטייט זיך, אז דאס פאלן ברענגט נישט קיין מנוחה. נישט נאר וואס עס שוואכט נישט אפ דעם אבסעסיע, נאר עס שטארקט אים גאר. עס געבט טאקע א מאמענטאלע רואיגקייט, א רגע פון מנוחה, אבער ווען עס קומט צוריק, קומט עס מיט א שטורעם.

עס איז דעריבער טאקע נישט קיין וואונדער פארוואס אזויפיל פון אונז האבן זיך ארומגעדרייט מיט ביטערע מחשבות איבער טויט און אפילו זעלבסטמארד אין די דאזיגע שרעקליכע מינוטן פון אבסעסיע, ווען מיר האבן נישט געזעהן קיין שום וועג ארויס פון דעם צושטערערישן מאנסטער. אויב רבקה האט דאס נישט געקענט ביישטיין, איז וואס זאלן מיר שוין זאגן...

אמת טאקע אז מיר שטייען נישט יעצט אין פרשת תולדות, אבער איך האב געטראכט איבער דעם און אויך אז עס קען גאר מעגליך זיין אז רבקה'ס לייזונג קען אפילו ארבעטן פאר אונז אויך: ותלך לדרוש את ה'. נאר זיך באהעפטן מיט'ן אויבערשטן קען אונז העלפן לויז ווערן פון די אבסעסיע און צו טרעפן צו פרידן און רואיגקייט וואס מיר זוכן אזוי שטארק.

פאר מיר פערזענליך, האבן די צוועלף סטעפס מיך אויסגעלערט וויאזוי זיך צו באהעפטן צום באשעפער. און ווען איך לעב מיט די סטעפס דעמאלס בין איך זוכה צו נארמאלקייט, צו א לעבן אן אבסעסיע און טעראר.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?