כל האוספים
צוועלעף סטעפס
וואו האסטו זיך געטראפן אין דער וואכעדיגער פרשה?
וואו האסטו זיך געטראפן אין דער וואכעדיגער פרשה?
עודכן לפני יותר משבוע

אוי איז דאס געווען א דאווענען! "רבש"ע, נעם אונז ארויס פונעם ביטערן גלות! מיר האלטן עס נישט אויס!"

יא, א ביטערער גלות... נאך פאר איך האב אים געקענט איבערפרעגן מער פרטים איז שוין משה חזקל ארויסגעלאפן פון מקוה; ער האט בלויז עספיעט צו פארציילן אז יענקל'ן האט מען נעבעך דיאגנאזירט פאר 2 וואכן צוריק, און ער דארף א גרויסע ישועה.

כ'בין ארויס פון ביהמ"ד מיט'ן טלית ותפילין אונטערן ארעם; מיינע מחשבות זענען צורוישט. האסט דאך א קלארער ווינק פון הימל אז דו דארפסט זיך טוישן! ווי קלאר דארף מען דיר מרמז זיין ביז דו וועסט כאפן וואס מ'מיינט?! א איד דארף זיין הייליג, און חלילה אז מ'טוט עבירות, קומען צרות. רבש"ע, היינט וועט זיין א פיינער טאג. איך זאג צו קיין איין ראי' אסורה, אבער נעם שוין אוועק די ביטערע סחורה! איך ווער צו שטארק צוטרייסלט ווען איך הער אזעלכע זאכן. ס'איז צופיל. וויפיל קענען אונזערע שוואכע כוחות פארטראגן?

כ'בין אהיים פון ארבעט אביסל מיט א זויער געמיט. היינט איז עס נישט געלונגען. אקעי, נעקסטע מאל איך פאל אדורך גייט תיכף א גלאטער הונדערטער פאר ר' מאיר אָן קיין תירוצים. עס איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך דארף אוועקלייגן עטליכע הונדערטערס פאר אזעלכע קבלות... כ'בין ארויס צוקלאפט נאך א וואך ראנגלענישן ברוחניות ובגשמיות. יעצט האט עס שוין געקאסט אסאך געלט. וואס איז מיט מיר?! קען איך מיך טאקע נישט האלטן צו קיינע קבלות?!

*

"We admitted that we were powerless over lust, that our lives had become unmanageable” האב איך זיך געטראפן ליינען אויפן GYE וועבזייטל.

איך האב געטראכט צו מיר האלב ערנסט: יא, איך האב געמיינט אז איך וועל קומען דערציילן אז איך האב נישט קיין כח, און ער וועט צוריקשרייען: אודאי האסטו! און דא איז ער גאר דער וואס זאגט מיר, "ר' איד, דו האסט נישט קיין כח." עפעס א נייער מעטאד פון גיבן הילף...

איך ליין אבער ווייטער:

"Came to believe that a Power greater than ourselves could restore us to sanity"

און דערנאך:

“Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God as we understood Him.”

ס'האט גענומען צייט, איך זאג נישט, אבער צוביסלעך נאך אסאך סייעתא דשמיא, הייבט מיר צוביסליך אָן אריינצוקריכן אין קאפ, און עס הייבט מיר אָן צו ווערן קלאר א געוויסער ענין אז נישט דאס האט דער באשעפער געוואלט פון מיר. ער ווארט נישט אז איך זאל אים דא א טובה טון און זיך צוריקהאלטן פון אומווערדיגע זאכן, אדער איך זאל טראגן אויף מיין פיקל די גילטס פון אלע עונשים וואס זענען געשען אינעם לעצטן יאר-הונדערט, וויייל איך האב נישט קיין ברירה מיט אים, ווייל ער איז שטערקער פון מיר און ער קען מאכן שרעקעדיגע זאכן.

ניין, ער האט מיך ליב, און ער ווארט אז איך זאל אים ליב האבן; אנערקענען אז ער איז דער באשעפער און וויל עס זאל מיר זיין גוט. ער גיט מיר אלעס אָנקאָנדישענעל, און כביכול קוקט ארויס אז דאס זאל זיך צוריקשפיגלען; איך זאל עפענען מיין הארץ מיט ליבשאפט צו אים; איך זאל פארשטיין אז איך מוז צוקומען צו אים און אז אָן אים קען איך נישט. אליינס קען מען נישט – איינבייגן דעם קאפ מיט א טיפן הכנעה-געפיל, כאטש מיטן זעלבן מאס ביטול וואס איך האב געהאט פאר דער פארשטינקענער תאוה.

וואלט ער מיר געגעבן א פשוט'ן נארמאלן יצר הרע, וואלט איך זיך דערשראקן פון א פשוט'ע זאך און אוועקגעלייגט די תאוה אין דער זייט פשוט ווייל איך ציטער פונעם עונש, און קיינמאל זיך געעפנט דאס הארץ צו זען וואסערע גוטער טאטע שטייט אונטער מיר און טראגט מיינע אלע דאגות און באדערפענישן. ער האט געמוזט איינפלאנצן א הארטן ניסל אין מיינע געפילן - אדיקשאן - וואס איך זאל נישט קענען לויז ווערן דערפון אפילו מיט די אלע פחדים און עונשים אינאיינעם. ער האט מיך געטראגן אויף דעם וועג, אז איך זאל אנהייבן צו קוקן אויף דער וועלט און איר באשעפער מיט אנדערע ברילן, און מיינע סעלף-סענטערד רצונות זאלן אנהייבן צו וועלן אוועקגעבן זיך פאר'ן באשעפער.

הלואי זאל איך קענען שטייגן אין דעם ענין!

*עס איז אנגעקומען די צייט אז כלל ישראל זאל איבערלאזן דאס לאנד מצרים. אויפן בענקל, אין דער מצרי'שער מלוכה, זיצט א רשע מרושע וואס שרייט "מי ה' אשר אשמע בקולו." עס קומט זיך אים פעטש פאר דעם אליין, אבער מ'דארף אים דא מסדר זיין אז ער זאל ארויסלאזן די אידן. מען זאל אים נאר געבן איין מכה, וועט ער תיכף איינזען אז מיטן באשעפער לוינט זיך נישט איינצורייסן, און ער וועט נאכגעבן דעם פארלאנג ארויסצושיקן די אידן.

דער בורא עולם איז דאך אבער א רוצה בתשובה, און האט געוואלט אז אפילו דער רשע פרעה זאל האבן א געלעגנהייט - איידער ער באקומט זיין טויט-קלאפ - זיך צו עפענען די אויגן און זען ווער עס פירט די וועלט. וואלט מען אים נאר געגעבן איין מכה וואלט ער תיכף ארויסגעלאזט די אידן צוליב דעם פחד פון די מכות, אָן דעם וואס ער זאל אפילו האבן א געלעגנהייט אין קאפ צו נעמען וואס דא גייט פאָר. האט דער בורא עולם אים געטון א געוואלדיגע טובה: "ואני אקשה את לב פרעה"; ער וועט זיך נישט דערשרעקן פון איין מכה. אט אזוי וועט ער האבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיטן גרויסן באשעפער.

פרעה האט זיך אבער באנארישט, איז אים געקומען דער טויט-קלאפ.

מיר אלע קענען זיך אבער לערנען אויף זיין בארד און נישט איבערמאכן דעם זעלבן טעות
ח"ו.

("קרעדיט: "בידו אפקיד רוחו" אויף "היט דיינע אויגן)

*

:לשון הספורנו פרשת וארא
ואני אקשה את לב פרעה. הנה בהיות הקל חפץ בתשובת רשעים ולא במיתתם, כאמרו חי אני נאום ה' אם אחפוץ במות הרשע כי אם בשוב רשע מדרכו וחי', אמר, שירבה את אותותיו ואת מופתיו, וזה להשיב את המצרים בתשובה בהודיע להם גדלו וחסדו באותות ומופתים, כאמרו בעבור זאת העמדתיך בעבור הראתך את כחי, ועם זה היתה הכונה שישרא' יראו וייראו כאומרו למען שתי אותותי אלה בקברבו ולמען תספר, ואין ספק שלולא הכבדת הלב הי' פרעה משלח את ישרא בלי ספק לא על צד תשובה והכנעה לקל ית' שיתנחם מהיות מורד אע"פ שהכיר גדלו וטובו אלא על צד היותו בלתי יכול לסבול עוד את צרת המכות כמו עבדיו באמרם הטרם תדע כי אבדה מצרים וזאת לא היתה תשובה כלל, אבל אם הי' פרעה חפץ להכנע לקל ית' ולשוב אליו בתשובה שלימה לא הי' לו מזה שום מונע, והנה אמר הקל ית' ואני אקשה את לב פרעה שיתאמץ לסבול המכות ולא ישלח מיראת המכות את ישרא' למען שתי אותותי אלה בקרבו שמהם יכירו גדלי וטובי וישובו המצרים באיזה תשובה אמיתית, ולמען תספר באזני בנך להודיע שכל אלה יפעל קל עם גבר להשיבו אליו וזה כשיפשפשו במעשיהם בבא עליהם איזה פורענת ולא ישמע אליכם פרעה לא קודם ההקשאה ולא אחר כןעם ראותו רבוי אותות ומופתים ולכן אעשה בהם שפטים והם מכת בכורות וטביעה בים סוף שהם לבד היו על צד העונש להם מדה כנגד מדה , אבל שאר המכות היו אותות ומופתים להשיבם בתשובה כאמרו בזאת תדע כי אני ה' , בעבור תדע כי אני ה' בקרב הארץ, למען תדעו כי לה' הארץ , למעון שתי אותותי אלה בקרבוולמען תספר וידעתם אתה ישרא' והמצרים וגם כשהטביעם בים לעשות באופן שהנשארים במצרים יכירו וידעו כאמרו וידעו מצרים כי אני ד'.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?