לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
א פארדרייטע בליק אויף אינטימע באציאונגען
א פארדרייטע בליק אויף אינטימע באציאונגען

כסדר קוקן אויף פארנאגראפיע פארדרייט אונזער גאנצער קאפ, אונזער גאנצער צוגאנג צו באציאונגען מיט א פרוי ביז מיר פארלירן די מעגליכקייט עס צו טון

עודכן לפני יותר משבוע

מיר ווילן אויפהערן צו פאלן צוליב דעם ווייטאג וואס דאס ברענג אונז אן, צוליב דעם אויפגערעגטקייט אויף זיך אליינס, צוליב דעם צושפליטערטקייט וואס מיר שפירן אינעווייניג, וואס דאס צופליקט אונז אויף שטיקער ווען מיר טוען פעולות וועלכע זענען א סתירה צו יעדע זאך אין וואס מיר גלייבן, צו אונזער גאנצער וועלטס אנשויאונג. אבער דאס איז נישט אלעס. עס זענען דא נאך גאר וויכטיגע סיבות פארוואס עס איז כדאי מיר זאלן אויפהערן פאלן אזויפיל. די דאזיגע סיבות זענען טאקע נישט אזוי קלאר ווי די, אבער זיי זענען גארנישט ווייניגער וויכטיג, ווייל עס רעדט זיך פון א שרעקליכער חורבן וואס דאס כסדר'דיגע קוקן אויף פארנאגראפיע ברענגט אן אויף פארשידענע, גאר וויכטיגע, טיילן פון אונזער לעבן. ווי למשל דאס צוגרינד לייגן אונזערע אינטימע באציאונגען מיט אונזער פרוי. עפעס וואס קיינער וויל נישט טון.

פארנאגראפיע איז דער ריכטיגער עולם השקר. עס איז נישט דא קיין שום ווארט וואס קען בעסער קאטעגאריזירן דעם דאזיגן פאנטאזירטן מציאות צו וועלכען מיר ווערן צוגעוואוינט ווען מיר פולן אן אונזער קאפ מיט אן א שיעור בילדער און פילמס וועלכע זענען גענומען געווארן מיט די דירעקטע ציל אונז צו פארקויפן א געוויסע סארט מציאות וועלכע עקזיסטירט נישט אין דעם אמת'דיגן לעבן.

אין דעם געהעריגן וועלט, דער אמת'דיגער וועלט אין וועלכען מיר לעבן, קומט דער מענטש אן צו אינטימע באציאונגען מיט זיין פרוי דורך אינוועסטירן אין איר. עס איז א זאך וואס פאדערט נאנטקייט, געבן פאר יענעם און בעיקר, זיך רעכענען מיט יענעם. און נאך פילע אזעלכע זאכן. ווען מיר לעבן מיט א פרוי, אין א פארהייראטן לעבן, איז נישט דא די סארט קנעפל וואס מען קען געבן א דרוק ווען מען וויל, און גלייך האבן די מעגליכקייט צו האבן סעקס. עס איז פשוט נישט דא אזא מין זאך. ווידער אבער אין דעם וועלט פון פארנאגראפיע איז עס שוין איינמאל דא. ווען אימער עס כאפט אונז נאר אן, סיי וועלכע רגע, קענען מיר אריינגיין אין דעם אינטערנעט, און אן קיין שום השקעה אדער פאדערוג פון אונזער זייט, זענען מיר דערין. מען דארף גארנישט געבן, גארנישט אינוועסטירן, מיט קיינעם נישט נאנט ווערן און בכלל זיך מיט קיינעם נישט רעכענען.

אבער דאס אז מיר דארפן גארנישט אינוועסטירן און זיך מיט גארנישט צושטעלן איז נאר דער אנהייב. דאס וואס מיר זעען אויפן סקרין איז אויך דורכאויס פאלש. די וועלט פון פארנאגראפיע שטעלט אונז אוועק א געוויסען בילד איבער וויאזוי פרויען קוקן אויס, וויאזוי זיי האבן סעקס מיט מענער, ווער האט הנאה פון וואס און ווען. אבער די גאנצע בילד איז איין שטיק שקר. עס איז אזוי ווייט פון דעם ריאליטעט, פון דעם אמת'דיגן מציאות. עס איז גענצליך פארדרייט.

מען רעדט פון שפילערס און שפילערקעס וועלכע שטעלן זיך אוועק פונקטליך וויאזוי דער ארגאניזירער הייסט זיי, און מען מאכט עס איבער און איבער ביז עס קומט אויס פונקט אזוי ווי יענער וויל. און ערשט דערנאך פוצט מען עס צו אין קאמפיוטער אזוי אז מיר זאלן באקומען פונקט דעם 'אימעדזש' וואס זיי ווילן מיר זאלן באקומען, עפעס וואס זאל צורייצן אלע אונזערע חושים.

אבער דער פראבלעם איז, אז ווען מיר קוקן דאס אן איינמאל און נאכאמאל, הייבן מיר אן צו גלייבן אז אזוי דארף אויסצוקוקן אינטימע באציאונגען צווישן און מאן און זיין פרוי, אז אזוי דארפן פרויען אויסצוקוקן, און מיר הייבן אן צו וועלן אז אונזער סעקס מיט אונזער פרוי זאל אויסקוקן אזוי ווי דאס וואס מיר זעען דארט. עס איז איבריג צו זאגן אז דאס איז פשוט נישט מעגליך.

און אפילו אויב מיר האלטן אז מיר וועלן איבערלאזן די פארנאגראפיע אינדרויסן פון אונזער שלאף צימער, איז עס נאך אלץ א פאקט אז עס איז משפיע אויף אונז אויף א גאר שטארקן פארנעם. אין וואס מיר ערווארטן פון זיך, פון אונזער פרוי, אין ווי אפט מען קען עס ערווארטן, אין דעם וועג וויאזוי מען טוט עס, אין דעם הנאה וואס מען האט, וגו' וכו'. צאללאזע שטודיעס האבן אויפגעוויזן אויף גאר א קראנטען אופן אז מענער וועלכע קוקן רעגלמעסיג פארנאגראפיע זענען נישט מסוגל צו בויען א קשר מיט זייער פרוי, ספעציעל אין בעדרום, און זייער גאנצע צוזאמענלעבן ליידט פון דעם.

גאר אפט פאסירט עס אז אונזער פארדרייטער בליק איבער דעם גאנצן נושא פון סעקס ברענג אונז צו פאדערן אומאיידעלע זאכן פון אונזער פרוי, בשעת זי קען נישט פארשטיין פון וואו קומען די סארט פרעמדע השגות און געדאנקען. און ווען די מציאות'דיגע וועלט אין וועלכן מיר לעבן פאקטיש אונזער לעבן איז נישט מצליח זיך צו פארמעסטן מיט דעם עולם הדמיון צו וועלן מיר האבן זיך צוגעקלעבט, ווערן מיר אנטוישט און צובראכן און מיר קענען אנהייבן צו קלערן אז די פרוי מיט וועלכע מיר האבן חתונה געהאט איז אפשר נישט פאסיג פאר אונז, וויבאלד זי קען זיך דאך באמת נישט פארהערן, און איבערוועגן דעם ריזיגן אויסוואל צו וועלכן מיר האבן צוטריט סיי ווען דורך איין דרוק מיט'ן קנעפל.

אבער אפילו אויב מיר וועלן אוועקלייגן פאר א מינוט דעם מציאות אז אלעס וואס מיר זעען דארט איז פאדרייטע שקרים און פשוט'ע פאנטאזיעס, איז דער עצם פאקט אז מיר האבן צוטריט צו אזויפיל ווידיאו און בילדער צווישן וועלכע עס געפונען זיך יעדע סארט עקסטרעמע שגעון וואס מען קען זיך נאר משער זיין, און אפילו וואס מען קען נישט, דאס אליינס איז שוין גענוג סיבה צו צעשמעטערן אונזערע באציאונגען מיט אונזער פרוי.

א מענטש וואס האט כסדר פרייע צוטריט צו דעם טייערסטן רעסטאראנט ווי ער קען זיך אויסקלויבן סיי ווען אימער, סיי וועלן מאכל פון דעם בעסטן שעף וואס עס שמעקט אים נאר יעצט אן, אזא מענטש וועט האבן זייער א 'הארד טיים' הנאה צו האבן פון א געשמאקע מאלצייט וואס זיין פרוי וועט אים צוגרייטן. אפילו אויב זי וועט זיך גאר שטארק אנשטרענגען, ווייל זי קען זיך פשוט נישט פארמעסטן אנטקעגן דעם ריזיגן אויסוואל און שפע וואס געפונט זיך אלס אויף דער וועלט, צו וואס איר מאן האט אלעמאל פרייע צוטריט.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?