כל האוספים
חיזוק
הרב שטיינמאנ'ס בליק אויף נפילות
הרב שטיינמאנ'ס בליק אויף נפילות

א מעשה וויאזוי הרב שטיינמאן האט ארום געהאלזט און געקושט מערערע מאל א בעל תשובה וועלכער פלעגט כסדר דורכפאלן אין אונזער נסיון

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

פון: מרדכי רוט

(געשריבן תיכף נאך די פטירה)

פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געזעצן אינאיינעם מיט דעם גאון רבי נחום בערנשטיין, א משגיח אין ישיבת גאון יעקב וועלכע איז געשטאנען אונטער דעם נשיאות פון הגאון רבי אהרן לייב שטיינמאן זצ"ל, און זיין איידעם הגאון רבי זאב ברלין האט געדינט דארט אלס ראש ישיבה.

מיר זענען געזעצן און דן געווען איבער עטליכע בחורים וועלכע בלאנדזשען נעבעך, און בעיקר, עטליכע בחורים וואס ער האט געשיקט צו מיר וועלכע טוען זיך פארמעסטן מיט אלע סארטן עמאושאנעל מצבים. וויאזוי קען מען העלפן די בחורים, זיי אויפהייבן, פארוואס זענען זיי געבליבן שטעקן און וויאזוי קען מען פארבעסערן דעם מצב און זיי פאראויס רוקן. אזוי אינמיטן דעם שמועס פארציילט ער מיר א שטוינענדיגע מעשה איבער הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצ"ל, און זאלן די ווערטער זיין לעילוי נשמתו הטהורה.

ווען נישט וואס איך האב געהערט דעם מעשה פונעם מקור ראשון, פון אים זעלבסט, וואס ער האט אליינס געזעהן און בייגעוואוינט די מעשה, וואלט איך עס נישט געגלייבט. און אזוי פארציילט מיר הרב בערנשטיין: איין טאג בין איך אריין מיט א געוויסן בעל תשובה צו הרב שטיינמאן. יענער בעל תשובה איז געווען א אמת'ער, ריכטיגער בעל תשובה – חוץ אין איין נושא... (אונזער נסיון) וואס אין דעם איז ער געפאלן ביז דעם טיעפסטן אפגרונד.

יענער בעל תשובה האט זיך פארמאסטן און געפאלן, און זיך ווידער פארמאסטן און ווידער געפאלן. און יעדעס מאל איז דער נפילה געווען ביז'ן טיעפסטן אפגרונד, און מען רעדט דא פון איינס פון די הארבסטע עבירות אין די תורה.

איך בין אריין מיט אים צו הרב שטיינמאן, דאס איז געווען פאר בערך צען יאר צוריק, ווען הרב שטיינמאן איז געווען ארום די 95, און איך האב אים פארציילט די מעשה איבער דעם בעל תשובה וואס שטייט דא מיט מיר, און געפרעגט וואס דער רב האט צו זאגן פאר אים. וואס קען מען טוהן און וויאזוי קען מען פרובירן זיך צו ראטעווען.

הרב שטיינמאן האט געקוקט אויף אים מיט א לעכטיגן פנים. ער האט נישט געשריגן, נישט אפגעשראקן, גארנישט. ער האט זיך פשוט אויפגעשטעלט פון זיין בענקל, פעסט געדרוקט דעם האנט פון דעם בעל תשובה, אים ארום געהאלזט און אים געקושט און זיך אנגערופן מיט א הויכן קול: "דו ביסט מצליח זיך מתגבר צו זיין פון צייט צו צייט? דו האסט נישט קיין השגה ווי שטארק איך בין דיך מקנא. וויפיל זכותים דו האסט, וויפיל שכר דו וועסט באקומען פאר דעם".

הרב שטיינמאן האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן וואספארא גרויסער צדיק דער מענטש איז אז ער קען זיך מתגבר זיין פון צייט צו צייט, טראץ דעם געוואלדיגן שוועריגקייט וואס ער האט אין דעם ענין. "דו ביסט זיך מתגבר מפעם לפעם, דו פארשטייסט אפילו נישט וואס דאס מיינט". און הרב שטיינמאן האט נישט געקענט אויפהערן ארום צו האלזן און זיך פרייען מיט דעם איד. און איך שטיי און איך קוק זיך צו ווי דער פינף און נייציג יעריגער ראש ישיבה לאזט נישט אפ דעם בעל תשובה און האלזט אים און קושט אים.

הרב בערנשטיין האט מיר געזאגט אז ער איז געווארן אזוי אויפגעשטורעמט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזעהן הרב שטיינמאן זיך אויפשטעלן און אזוי ארום נעמען און האלזן און קושן קיין שום מענטש. און דערצו א איד אין אזא מצב.

נאכ'ן ענדיגן דעם שמועס האט הרב שטיינמאן געבעטן פון דעם איד אז ער זאל צוריק קומען נאכאמאל מיט הרב בערנשטיין אין א צייט ארום.

נאך עטליכע חדשים זענען זיי ווידער אריין, און ווידער האט זיך דאס זעלבע איבערגעשפילט. דער איד זאגט פאר הרב שטיינמאן אז די לעצטע באזוך דא האט אים שטארק מחזק געווען און היינט פאלט ער דורך פיל ווייניגער, אבער... "איך פאל נאך אלץ דורך דא און דארט".

דער אלטער הרב שטיינמאן האט זיך גארנישט געפוילט, ער האט זיך ווידער אויפגעשטעלט פון זיין בענקל, אנגעכאפט שטארק דעם איד'ס האנט, און אים ארום געהאלזט און געקושט און געזאגט: "דו ביסט זיך מתגבר אזוי פיל, דו ביסט א צדיק, דו האסט אזוי פיל זכותים. דו אליינס ביסט נישט משיג וויפיל זכותים דו האסט". אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר עטליכע מינוט ווי הרב שטיינמאן האט נישט אויפגעהערט אויסרימען דעם איד וואספארא גרויסער צדיק ער איז אז ער איז מצליח זיך מתגבר צו זיין אויף אזא גרויסן, שווערן נסיון.

און פאר'ן אוועק גיין האט אים הרב שטיינמאן ווידער געבעטן אז זיי זאלן נאכאמאל אריינקומען צו אים אין א צייט ארום.

דאס דריטע מאל וואס זיי זענען אריין צו אים, האט דער איד פארציילט פאר הרב שטיינמאן מיט שמחה אז ער האט זיך גענצליך ערהוילט פון דעם פראבלעם וואס ער האט געהאט און אז ער פאלט שוין נישט ב"ה. און ווידער האט זיך דער וואונדערליכער מחזה איבערגעשפילט, צום דריטן מאל. הרב שטיינמאן שטעלט זיך אויף פון זיין בענקל, דרוקט צו דעם האנט פון דעם איד און האלזט אים און קושט אים און איז מפליא וואספארא גרויסער צדיק דער איד איז וואספארא וואונדערליכע זכותים ער פארמאגט.

געוואלד, אין די אויגן פון הרב שטיינמאן איז דער איד נישט א קדוש, נאר ממש א קודש קדשים.

איך לאז יעדן איינעם זאגן פרשנות וויאזוי ער וויל. מען פארציילט אסאך מעשיות אויף הרב שטיינמאן, אבער אויף מיר פערזענליך האט די מעשה געהאט די גרעסטע השפעה. און זייט איך האב געהערט די מעשה בין איך משתדל צו שטארקן, מחזק זיין, און יא, ארום נעמען, יעדן איד, אין וועלכען מצב ער זאל נאר זיין.

ע"כ המעשה.

*

די מעשה ווייזט נאר נאכאמאל וויאזוי ערליכע אידן, די וועלכע האבן כל ימיהם עוסק געווען אין תורה ועבודה, וויאזוי זיי האבן אנגעקוקט דעם נסיון, און וויפיל ווערט עס האט געטראגן ביי זיי איין התגברות. און, עס ווייזט אויך דעם צוגאנג פון א גדול בתורה, א מנהיג ישראל, וועלכער פארשטייט וויאזוי מען דארף זיך באנעמען צו אזא איד.

איך זאג אייך דעם אמת, אני הקטן, גבאי דא אויף הד"א, ווען איך האב געלייענט די מעשה האט עס געברענגט טרערן צו מיינע אויגן. און דערפאר ברענג איך עס פאר אייך דא און זאל עס זיין לעילוי נשמתו ז"ל.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?