בס"ד
איך האב קיינמאל נישט גענומען די פאר מינוט און אוועק געשאנקען אפילו אביסל מחשבה צו טרעפן פונקטליך וואס ברענגט מיך צו א נפילה; וואס האט פאסירט פאר דעם וואס האט מיך צוגעברענגט צו אזעלכע פלעצער און אזעלכע זאכן אויף וואס איך האב נאכדעם גוט חרטה. פאר לאנגע יארן איז דאס פשוט געווען נאך א פאקט פונעם לעבן. איך פאל און איך שטעל זיך אויף. איך פאל און איך שטעל זיך אויף. קלענערע פאלן, גרעסערע פאלן, גאר ווייטאגליכע פאלן, און צומאל אזא פאל אז איך האב שוין נישט געשפירט אפילו די ווייטאג און נישט געוואוסט ווער און וואו איך בין. וגו' וכו'.
אבער ווען איך האב אנגעהויבן רייזן אויף דעם וועג פון ריקאווערי, איז מיר פלוצלינג געווארן זייער חשוב צו אידענטפיצירן וואס זענען מיינע 'טריגערס'. דאס הייסט, וואס זענען די זאכן וועלכע צינדן אן אין מיר דעם תאוה, וואס שטופט מיך צו לויפן צו די זאכן? דאס פאסירט דאך נישט סתם, עס איז דא עפעס וואס פאסירט וואס שטופט מיך צו גיין צו דעם.
וויל איך דא נוצן די קומענדיגע פאר שורות צו רעדן איבער דעם נושא. דהיינו, וואס זענען די סיבות, די אורזאכן וועלכע שטופן מיך צו א נפילה. איך גיי נישט רעדן דא איבער די סיבה פארוואס איך אנטלויף דוקא צו פארנאגראפיע און די אנדערע סארט נפילות וואס איך האב (דאס איז א שמועס פאר זיך); דא וויל איך דוקא טרעפן וואס זענען די סיבות וואס שטופן מיך צו אנטלויפן פונעם הווה, פונעם יעצטיגן מציאות, וואס היינטיגע צייטן איז די מקום וואו אהין איך אנטלויף: לאסט.
ווילאנג איך ווייס נישט וואס די טריגערס זענען, טאפ איך אינעם פינסטער. ברגע וואס איך קען אידענטיפיצירן די טריגערס, איז שוין פיל גרינגער זיך צו באווארענען נישט אנצוקומען צו דעם.
וועל איך רעדן אלזא איבער מיר אליינס, און יעדער קען דאס נוצן אלס א משל און זוכן ביי זיך וואס זענען זיינע טריגערס און אנקומען צו זיינע אייגענע מסקנות. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ביי יעדן איינעם קענען די פרטים זיין אנדערש.
איז אזוי, ביי מיר האב איך איינגעזעהן אז איך האב צוויי סארט טריגערס. איינס איז פיזיש און די צווייטע איז עמאושאנעל. די פיזישע איז - פארשטייט זיך - פיל גרינגער צו באהאנדלען, וועל איך דעריבער אנהייבן מיט דעם.
דער פיזישער טריגער איז געווען: ליידיגע צייט. איך ארבעט ביי א קאמפיוטער, און בדרך כלל איז דא ארבעט איבערן קאפ. אבער פלוצלינג טרעף איך זיך איין טאג מיט ליידיגע צייט. יעצט איז נישט דא קיין ארבעט און איך האב נישט וואס צו טאן. נו, הייב איך אן צו זוכן נייעס, פון דארט גייט עס שוין צו אנדערע זאכן וועלכע זענען שוין נישט סתם נייעס (כ'וויל קיינעם נישט געבן קיין עצות אדער אדרעסן...) און פון דארט, בדרך כלל נאכ'ן ווערן אנגעצונדן דורך געוויסע צניעות'דיגע באשעפענישן דארט, איז שוין דער וועג צו פארנאגראפיע זייער קורץ.
איז וואס קען מען טון?
האב איך געמאכט א רשימה פון זאכן וואס איך וואלט ווען געוואלט טוהן אבער איך קום נישט אן דערצו מפאת חוסר הזמן. נישט קיין גאר וויכטיגע זאכן, דוקא אזעלכע זאכן וואס קענען ווארטן (ווי למשל עפעס א געוויסער לימוד, לייענען עפעס א בוך אדער טרעפן אינפארמאציע איבער א געוויסע נושא וואס אינטערעסירט מיך, עקסערסייז, שרייבן עפעס, אדער סיי וואס), יעצט, ווען איך טרעף זיך פלוצלינג מיט ליידיגע צייט, נעם איך תיכף ארויס מיין רשימה און איך בין ממשיך מיט איינעם פון די זאכן דארט ווי איך בין געבליבן דאס לעצטע מאל, און ביז וואס ווען ווי, טרעף איך זיך אז די ליידיגע צייט איז אנגעפולט געווארן.
איך האב זיך אויך געטראפן א געוויסע האבי וואס איך פול אן די סארט ליידיגע צייטן מיט דעם (און נאכאמאל, עס קען זיין סיי וואס אימער, בויען אינטערעסאנטע עראפלאנען, אנדערע סארט עלעקטראנישע שפילצייגן, מאכן א שיינעם נוי סוכה, און איך קען איינעם וואס האט געקויפט עטליכע דזשיגסאו פאזלס און ווען ער האט ליידיגע צייט מאכט ער פאזלס. ער האט שוין הענגען אין זיין אפיס איין 1000 שטיקלעך פאזל און יעצט מאכט ער איינס פון 2000 שטיקלעך. עס קען זיין וואס אימער עס פאלט אייך נאר ביי) און נאכאמאל, איך רעד דא דוקא פון זאכן וועלכע האבן נישט קיין דעדליין ווען זיי דארפן זיין פארטיג.
אבער דערנאך האב איך איינגעזעהן אז איך האב נאך א טריגער, וועלכע איז פיל שווערער און פיל פראבלעמאטישער. ווען איך שפיר זיך א פארלירער לויף איך אויטאמאטיש צו לאסט. דאס קען זיין ווען איך טענה זיך מיט'ן באסס ביי די ארבעט, און אלס באסס, בלייבט ער – פארשטייט זיך – אלעמאל גערעכט. עס קען זיין ווען איך האב שווער געארבעט צוצוגרייטן א פרעזענטאציע און א טאג פאר איך האב עס אריינגעגבן, האט מיין קאמפעטישאן אריינגעגעבן א בעסערער. עס קען זיין ווען מיין קאנדידאט ביי געוויסע וואלן (הע, מיין קאנדידאט, כאילו איך האב אים אויסגעקליבן צו לויפן...) האט פארלוירן, און עס קען זיין נאך טויזענט קלייניגקייטן וועלכע מאכן מיך שפירן א פארלירער. דער צד השווה שבהן איז אז איך קען זיך נישט פארמעסטן מיט דעם דורכפאל און דער גרינגסטער וועג פאר מיר צו 'דיעלן' מיט דעם, איז צו אנטלויפן צו לאסט.
אלזא, וואס טוה איך דא? דאס איז שוין פיל שווערער. דא פאדערט זיך שוין שווערע 'אינערליכע' ארבעט, ארבעט וואס איך דארף טוהן זיך אויסצולערנען צו געוועלטיגן אויף מיר און מיינע הרגשים, צו פארשטיין, אבער נישט סתם פארשטיין מיט'ן קאפ, נאר צו לעבן מיט דעם באמת, אין הארצן אויך, אז אלעס, אלעס איז פון דעם אויבערשטן, און אז ער פירט די וועלט און נישט איך. דאס איז גאר שווערע ארבעט, ארבעט וואס נעמט אסאך כוח, מוח און בעיקר, 'צייט'. אבער צום סוף צאלט זיך דאס אויס פי כמה, ווייל דער ריווח פון דעם איז אינגאנצן מיינער. סיי מיט דעם וואס איך דארף מער נישט אנטלויפן צו לאסט, און סיי מיט דעם וואס איך האב מער נישט מורא צו פארלירן.