לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםחיזוק
רובאשקין לערנט אונז
רובאשקין לערנט אונז

שלום מרדכי רובאשקין לערנט אונז: קיינמאל נישט אויפגעבן, ווי שווער און האפענונגסלאז עס קוקט נאר אויס. זיך איבערגעבן אינגאנצן פאר'ן אויבערשטן

עודכן לפני יותר משבוע

(געשריבן ממחרת זיין באפרייאונג)

איש בשורה אנוכי היום. פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט באפרייט שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין. צום פרייד פון צענדליגער טויזענטער אידן איבער די גאנצע וועלט. בכל מקום אשר דבר טראמפ ודתו מגיע שמחה וששון ליהודים משתה ויום טוב. וריקודים ומחולות ברחובות ניו יארק וגלילותיה.

טייערע אידן, ביי מיר איז דאס א פערזענליכע שמחה, צו דעם וואס דער רבונו של עולם האט מיך מזכה געווען צו זיין איין קליינטשיגע רינגעלע אין דעם לאנגן קייט פון גורמים וועלכע האבן געהאלפן צופירן די זאכן, איינע נאך איינע, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם פרייליכן טאג אז ר' שלום מרדכי איז די נאכט געגאנגען שלאפן א פרייער מענטש, אינעם זעלבן הויז ווי זיין פאמיליע און קינדער.

און אצינד וויל איך ארויסנעמען פון דעם א מוסר השכל צו אונזער ענין. אכט שווערע יארן איז ר' שלום מרדכי אפגעזעצן. אכט שווערע יארן האבן זיין פאמיליע און עסקנים געארבעט אומערמידליך, און נישט אויפגעגעבן, ארויסצונעמען זייער טאטע פון תפיסה ווי ער איז געזעצן שלא ביושר. אכט יאר פון פעטש און פראסקעס איינס נאך די אנדערע. איך האב אביסל מיטגעהאלטן און איך קען אייך זאגן אז מען האט געכאפט שווערע פעטש.

אנדערע וואלטן שוין לאנג אויפגעגעבן. אנדערע געבן אויף. דאס איז דער מציאות, מען געט אויף. יו קענט פייט סיטי האלל. און אוודאי נישט די פעדעראלע רעגירונג. און דא איז דאך נאך געווען קארופציע פון אונטן ביז ארויף און פילע חברה האבן אים דוקא נישט געוואלט ארויסלאזן. בקיצור. עס האט אויסגעזעהן א פארלוירענער קאמפף.

אבער שלום מרדכי האט נישט אויפגעגעבן. עס איז פשוט נישט צום גלייבן. איך קען אייך היינט זאגן אז דער גרעסטער גיבור אין די געשיכטע איז ער אליינס. ער האט נישט אויפגעגעבן און איז קיינמאל נישט צובראכן געווארן. ער איז געווען דער וואס האט אריינגעבלאזן די חיזוק אין זיין פאמיליע נישט אויפצוגעבן. ווי עס האט זיך פארמאכט א טיר, איז מען תיכף געלאפן זוכן א צווייטן. מען האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר א רגע און נישט געלאזט די פעטש מאכן א רושם.

און דוקא ווען אלע טירן האבן אויסגעזעהן פארקלאפט, און יעדער, אפילו זיין אייגענער לויער, איז געועון צובראכן און פארלוירן. דוקא דעמאלס האט ר' שלום מרדכי זיך ארויסגעשטעלט מיט זיין גרעסטער אמונה און בטחון און געלאזט וויסן מיט א זיכערקייט אז יעצט וועט קומען די ישועה. ווייל יעצט ווייסן מיר און מיר זענען איבערצייגט אז דאס איז גרעסער און שטערקער פון אונז. עס איז העכער אונזערע כוחות און די מענטשליכע כוחות זענען מאכטלאז אקעגן דעם. יעצט זעען מיר קלאר אז נאר דער באשעפער אליינס קען אונז העלפן.

איך בין געשטאנען פארגאפט און נישט געקענט גלייבן די כוחות הנפש. אבער ער איז געווען גערעכט. דריי טאג נאך וואס ער האט דאס געזאגט פאר זיין לויער איז ער געווען אינדערהיים. און די כוחות הנפש האט זיך גוט אנגעזעהן אויף אים נעכטן נאכט. ווער עס האט אים געזעהן האט געזעהן אז ער קוקט נישט אויס ווי איינער וואס איז יעצט ארויס פון אזא שווערע דורכגאנג. אט דאס איז געווען די כח פון זיין דויערהאפטיגקייט. דאס נישט אויפגעבן. פרובירן איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל. נאן סטאפ. עפעס ארבעט נישט, זוכט מען עפעס אנדערש. און ווען עס גייט נאך אלץ נישט, און אלע טירן זענען פארקלאפט, געבט מען זיך איבער אינגאנצן אין די הענט פונעם אויבערשטן.

אט אזוי דארפן מיר זיך פירן. וויפיל פעטש מיר כאפן. וויפיל מאל מיר פאלן, טארן מיר נישט אויפגעבן. טרייען און פרובירן איין מאל און נאכאמאל. און נאכאמאל און נאכאמאל. געפאלן, זיך אויפהייבן. געכאפט א פראסק, גייט מען ווייטער. פארמאכט א טיר, זוכט מען אן אפענעם ערגעץ אנדערש.

אבער איין זאך: "נישט אויפגעבן. קיינמאל".

אז מען פירט זיך אזוי קומט מען אן. מען דערלעבט צו ווערן אויסגעלייזט.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?