בס"ד
כמעט יעדער איינער וואס קומט אן צו סיי וועלכע רייזע פון ריקאווערי איז אנגעקומען צו דעם מיט די מחשבה אז ער איז דער איינציגסטער אויף די וועלט וועלכער האט דעם פראבלעם און פלאגט זיך און פארמעסט זיך מיט אזא עסק. און אפילו אויב נישט, האט ער אבער געהאלטן אז "די סארט" פארמעסט וואס ער האט, איז אנדערש פון דעם פארמעסט פון יעדן אויסער אים.
ביי איינעם איז דאס צוליב דעם אינגען עידזש ביי וועלכען ער האט אנגעהויבן, און ביי א צווייטן וועגן דעם הויכן עידזש, ביי איינעם צוליב דעם "סארט" משיכה וואס ער האט, ביי אן אנדערן צוליב דעם וואס זיין ווייב ווייסט און ביי א דריטן דוקא צוליב דעם וואס זיין ווייב ווייסט נישט. פילע פון אונז זענען געווארן זייער אנטוישט ווען מיר זענען אנגעקומען אין ריקאווערי און געוואר געווארן אז מיר זענען נישט די איינציגסטע, און אז וואס אימער מיר האבן שוין געטון און וואס נאר מיר זענען שוין אריבער, זענען דא אנדערע וועלכע האבן שוין מצליח געווען צו טוהן די זאכן בעפאר אונז, און שוין כמעט פארגעסן אז זיי זענען עס אמאל אריבער.
איינס פון די זאכן וועלכע באדערט אונז אפטמאל גאר שטארק, איז די "סארט" משיכה, ספעציעל אויב איז דאס עפעס וואס ווערט אראפגעקוקט ביי פילע מענטשן, דאס מאכט נאר אז צו די בושה קומט נאך צו דער געדאנק אז "אפילו אין ריקאווערי וועט מיך קיינער נישט פארשטיין". עס מאכט זיך אפט אז איינער קומט אן צו א ריקאווערי גרופ, אבער פאר עפעס א סיבה איז ער נישט מצליח זיך צו 'קאנעקטן' מיט די אנדערע חברים. ער קען זיך עפעס נישט עפענען, ביז ער פארציילט אזוי בשפה רפה אז ער שפירט אז ער קען זיך נישט אידענטיפיצירן מיט די אנדערע ווייל ער האלט אז ער איז אנדערש פון יעדן. און נאר נאך וואס ער הערט פון אנדערע אז ער איז דוקא נישט אנדערש, אז עס זענען פארהאן נאך פילע אנדערע מיט אקוראט דעם זעלבן פראבלעם, נאר דאן איז ער מצליח זיך צו עפענען.
עס איז דא א באקאנטע לאזונג אין די ריקאווערי גרופעס: "מיר אלע האבן ליב אייס קרים, נאר נישט אלע האבן ליב דעם זעלבן פלעיוואר". אין אנדערע ווערטער, מיר אלע ווערן נאכגעצויגן נאך לאסט, פונקטליך וועלכע סארט לאסט איז אונזער פלעיוואר איז שוין נישט קיין נפקא מינא. יא, עס קען זיין אז ביים באהאנדלען אונזערע 'אישוס' ביי א פסיכאלאג וועט איינער מצליח זיין צו אנטדעקן פארוואס ציעט אים דוקא די זאך, אדער עפעס אנדערש, אבער עס איז נישט מעלה און נישט מוריד צו מיר פארשטייען צו נישט, מיר אלע פארמעסטן זיך מיט דעם זעלבן פראבלעם, און דאס איז אז מיר קענען נישט אויפהערן זיך באנוצן מיט לאסט. אפגעזעהן פון וועלכע סארט לאסט מיר שפירן מיר מוזן האבן.
ביי אלקאהאליקעס איז נישטא קיין חילוק צווישן דעם וואס טרינקט וויסקי ביז דעם וואס טרינקט וואדקע, אלע זענען אלקאהאליקער און אלע דארפן הילף אויף צו קענען אויפהערן טרינקען. און די זעלבע איז אמת ביי די וואס זענען אדיקטעד צו דראגס, אדער זיך אנצופרעסן אא"וו. עס איז אמת אז עס מאכט אונז שפירן בעסער ווען מיר קענען געפונען איינער וועלכער מוטשעט זיך מיט דעם זעלבן סארט משיכה וואס מיר האבן (דאס איז ספעציעל אזוי ביי מענטשן וועלכע האבן משיכה צו אנדערע מענער), אבער אויסער דאס אידענטיפיצירן זיך איינער מיט'ן צווייטן, איז דער פראבלעם און דער לייזונג דערפון, די זעלבע פאר אונז אלע; אפילו אויב די פרטים פון אונזער פראבלעם זענען אנדערש, איז אבער דער כלליות'דיגער בילד די זעלבע.
איידער איך בין אנגעקומען צו די גרופעס בין איך געגאנגען צו פסיכאלאגישע הילף, אבער איך האב געשפירט אז איך קען נישט דערציילן דעם פסיכאלאג אלעס, איך קען נישט זיין אינגאנצן אמת'דיג מיט אים. ביי יעדע אפוינטמענט האב איך אפגעשיילט נאך א שיכט, אזוי ווי מען שיילט א צוויבל, אבער שטענדיג איז געבליבן עפעס ביי מיר אין הארץ וואס איך האב נישט ארויסגעגעבן. אבער אין די גרופעס האב איך פלוצלינג געשפירט א פרייהייט צו זיין אמת'דיג און דערציילן אלעס, ווייל איך האב גערעדט מיט אזעלכע וואס האבן אמת'דיג פארשטאנען וואס איך רעד, וואס איך גיי אריבער, ווייל זיי אליינס זענען עס אריבער. זיי זענען אויך געפאלן און געווען דארט ווי איך בין געווען. יעדער מיט וועמען איך האב גערעדט האט געוואוסט וואס עס מיינט צו זיין מאכטלאז קעגן דעם תאוה, יעדער האט פארשטאנען דעם ווייטאג, דעם בושה און די שולד געפיהלן. און דערפאר, אפילו אויב זיין ווייטאג איז געקומען צוליב א תאוה וועלכע איז אביסל אנדערש ווי מיינס, האט עס מיך אבער נישט אפגעהאלטן פון אננעמען הילף פון זיי און זיך אידענטיפיצירן מיט זיי.