לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
פארוואס איך וויל נישט לאסטן
פארוואס איך וויל נישט לאסטן

לאסטן ברענגט אלעמאל מיט ווייטאג. אבער איך שפיר אז איך מוז. ווען איך לערן זיך אויס אז איך מוז נישט, קען איך הנאה האבן פון די וועלט אן ווייטאג

עודכן לפני יותר משבוע

פארוואס איך וויל נישט לאסטן

פארוואס איך וויל נישט לאסטן? וואס פארא מין נארישע פראגע איז דאס. פארוואס עפעס זאל איך יא וועלן לאסטן.

אבער דאך אז איך קלער גוט אריין אין דעם, זעה איך אז די פראגע איז גארנישט אזוי נאריש. ווייל פאקטיש וויל איך לאסטן יעדעס מאל וואס איך האב די געלעגענהייט.

יעדעס מאל וואס עס איז דא לאסט אין מיין געגענווארט ווילט זיך מיר לאסטן. עס גיט מיר א הנאה, עס גיט מיר אזא הנאה אז עס פאדערט הימלישע כוחות זיך צו שלאגן מיט דעם.

און אט דאס איז מיר נאכאמאל קלאר געווארן ווען פאר עטליכע טעג צוריק האב איך זיך געטראפן זיצן אין א צימער פול מיט גוים און גוי'טעס, זייענדיג דער איינציגסטער איד דארט. עס איז נישט געווען א טייל פון מיין געווענליכן רוטין און איך בין געווען אונטער אסאך פרעשור, נאך עטליכע שווערע טעג.

דער טאג איז געווען גאר א הייסער און איך האב געדארפט פארברענגען דארט אפאר שעה, און די אנדערע מענטשן אין דעם צימער זענען געגאנגען אנגעטון אזוי ווי מען גייט היינטיגע צייטן אין הייסע טעג. לאסט איז געווען דארט בשפע, עס איז געווען דארט גענוג פאר מער ווי א יאר. אזוי האב איך עכ"פ זיך געוואלט איינרעדן.

איך האב געהאט א שווערן טאג, און די מלחמה איז געווען שווער. איך האב געדאווענט, געבעטן דעם אויבערשטן, יא געוואלט, נישט געוואלט, גערעדט צו אפאר גוטע ברודער. אבער סוף סוף זענען די שווערע שעות פאריבער און איך בין געווען אויפן וועג אהיים.

איך קען נישט זאגן אז איך בין אריבער דעם טאג אינגאנצן מיט הצלחה, אבער עס איז קלאר געווען פיל בעסער ווי אין מיינע אלטע צייטן, ווי איך וואלט געלאסט אן קיין שום גבולים און דאס וואלט נאר געווען די התחלה.

איך האב במשך דעם טאג גערעדט מיט חברים און גוטע ברודער, איך האב מיטגעטיילט מיט זיי דעם שווערן נסיון וואס איך גיי אדורך, און דאס האט אסאך געהאלפן, ספעציעל ווען איינער האט מיר אויפגעמערקט, אז מיין אויסדרוק אז עס איז דא דארט גענוג פאר מיר פאר א גאנץ יאר, איז נישט מער ווי אן איינרעדעניש, ווייל באמת איז עס נישט גענוג אפילו פאר א האלבן טאג. ווייל ביי לאסט, וויפיל מען באקומט איז קיינמאל נישט גענוג.

אבער ווי געזאגט, דער טאג איז אריבער.

איך זיץ אין קאר און איך פאר אהיים, איך האלט אינמיטן אפאטעמען פון דעם שווערן טאג וואס איך בין נארוואס פאריבער און אט פאלן מיינע אויגן אויף א שיינעם קאר וועלכע איז נארוואס אדורכגעפארן נעבן מיר, גלייך אונטער אים איז געפארן א שיינער טראק, פונקט אזא איינס איבער וועלכען איך האב לעצטענס געלייענט אזוי אז עס איז מיר זייער געפאלן און איך האב אים תיכף אנגעהויבן צו פארגלייכן צו די אנדערע טראקס אויפן הייוועי.

גראדע דאס פארגלייכן די טראקס האט אנגעהאלטן ביז איך בין אראפ פון הייוועי. אינצווישן האב איך באמערקט נאך עטליכע שיינע בניינים און נאך אפאר שיינע זאכן וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דעם פאנאראמע פון די וועלט.

און דאן האט עס מיך געכאפט. דער קאנטראסט. איך קוק מיך ארום, איך זעטיג אן מיינע אויגן מיט שיינע זאכן אן קיין שום ווייטאג.

און ווי נאר דער געדאנק פון דעם קאנטראסט איז מיר אריין אין קאפ איז עס שוין נישט ארויס אזוי שנעל. איך האב זיך דערמאנט אויף צוריק אין מיין לעבן, פארשידענע מאורעות, ווי די מסיבות און שמחות פון מיינע אייגענע קינדער אדער אנדערע פאמיליע מיטגלידער. אדער סיי וועלכע צוזאמענקום וואס איך בין נאר געווען.

אין יענע צייטן איז מיין קאפ און מיינע אויגן געווען פארנומען נאר מיט לאסט. איך בין אפשר געווען דארט בגוף אבער מיין מחשבה איז נישט געווען דארט. איך דערמאן זיך יעצט פון פארשידענע זמנים אין מיין לעבן וועלכע וואלטן געדארפט זיין אייגעקריצט אין מיין מוח אין די קעמערלעך פון מיין זכרון. אבער פאקטיש איז נישט דא דארט קיין זכר פון דעם. גארנישט. ווי עס וואלט קיינמאל נישט פאסירט.

ווען איך פרוביר זיך צו דערמאנען פון יענע צייטן קוקט עס מיר אויס ווי א נעפל. דאס גאנצע וואס איך געדענק איז ווי כאילו איך וואלט אדורכגעגאנגען א שווערן, געדיכטן נעפל און נישט געזעהן גארנישט וואס קומט פאר ארום מיר.

און די סיבה איז זייער פשוט, ווייל מיין מוח איז לגמרי נישט דארט געווען.

און דאס טוט וויי, יא, עס טוט ביטערליך וויי. נישט נאר היינט ווען איך דערמאן זיך דערפון, נאר אפילו דעמאלס, וויפיל איך האב געשפירט די הנאה פון די לאסט בשעת מעשה איז עס נאך אלץ א הנאה וועלכע קומט מיט מיט פיל ווייטאג. איך קען פון דעם ווייטאג נישט אנטלויפן, וויפיל איך זאל וועלן.

ווען איך געפון זיך ביי די חומש סעודה אדער בר מצוה פון מיין זון, אדער ביי די חתונה פון מיין ברודער אדער שוועסטער, און איך קען נישט זיין דא און הנאה האבן פון די פרייליכע מאמענטן, נאר מיין גאנצע מחשבה, מיין גאנצער מח איז יעצט פארנומען מיט עפעס אנדערש, קומט דאס אויטאמאטיש מיט מיט אן אומגעהויערן ווייטאג.

צומאל ווערן מיר אזוי צוגעוואוינט צו דעם ווייטאג אז מיר כאפן זיך שוין נישט אז עס טוט וויי. די געפילן ווערן ווי אפגעשטארבן און מיר קענען נישט שפירן די ווייטאג. אבער דער ווייטאג איז דא און עס שטעכט ווי מיט שפיזן.

און אט דעם קאנטראסט קען איך שפירן היינט, ווען בעז"ה ווייס איך אז איך 'מוז' נישט לעבן מיט לאסט. איך מוז זיך נישט אונטערגעבן צו דעם דראנג וועלכען איך שפיר אין מיר ווען לאסט געפונט זיך אין מיין געגענווארט.

יא, דער דראנג איז דא, עס ציעט מיך ווי מיט קייטן צו קוקן, זיך אנצוזעטיגן, צו לאסטן. אבער איך ווייס אז איך וועל נישט זאט ווערן און עס וועט נאר ווייטאן אן אויפהער. איך ווייס אז איך מוז נישט קוקן, טראץ וואס עס שפירט זיך ווי איך מוז יא.

איך קען קלויבן נישט צו קוקן יעצט, נאר אנשטאט קוקן אויף די פילע אנדערע וואונדער מיט וואס דער באשעפער האט אנגעפולט זיין וועלט, וועלכע וועלן ברענגען הנאה, אבער זיי וועלן נישט מיטברענגען דעם ווייטאג וואס לאסט ברענגט אלעמאל מיט.

איך "מוז" נישט לאסטן.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?