כל האוספים
צוועלעף סטעפס
דער טעזע פונעם האָזל
דער טעזע פונעם האָזל

ווען איך האב געמיינט אז איך פיר מיין לעבן בין איך כסדר געפאלן, היינט פארשטיי איך צו טון ג-ט'ס ווילן, אקעגן מיין ווילן, דערפאר בין איך ריין

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

זיצט זיך דער האזל רואיג און צופרידן, מיט א פארקנייטשטן שטערן, מיט א פעדער אין די האנט, ביי א גרויסן בויגן פאפיר, און ער שרייבט. יעדע פאר מינוט פארטראכט ער זיך, אבער דערנאך נעמט ער זיך ווידער שרייבן מיט פלייס.

און אזוי ווי דער האזל איז אזוי שווער פארטוען אין זיין שרייב ארבעט, דערנענטערט זיך דער פוקס, וועלכער האט דערשמעקט א פיינעם נאכטמאל. אבער ווי נאר דער פוקס קומט א ביסל נענטער, זעהט ער אז דער האזל איז נישט סתם אזוי פארקלאצט, נאר ער איז פארטון מיט קאפ און מוח אין א גרויסן בויגן פאפיר און שרייבט מיט אייפער:

"וואס אזאנס שרייבט איר דא"? פרעגט דער פוקס מיט אומבאהאלטענע נייגער. "איך שרייב מיין טעזע אויף צו באקומען מיין דאקטאראט אין אוניווערזיטעט", ענטפערט דער האזל מיט א פשטות, און דרייט זיך צוריק צום פאפיר ווייטער צו שרייבן.

"אזוי, איר שרייבט א טעזע?" ווערט דער פוקס נאך מער אינטערעסירט, "וואס איז אלזא דער טעמע פון אייער טעזע?" פרעגט דער פוקס ווידער. "האזן וועלכע פארצוקן פוקסן". דער פוקס פוצט זיך אויס די אויערן זיכער צו מאכן צו ער האט גוט געהערט און רופט זיך אן צום האזל מיט שפאס: "אזא נארישער טעזע", און ער וויל זיך שוין נעמען צו זיינע ביינער.

אבער דער האזל כאפט נישט קיין התפעלות פון די זיכערקייט פונעם פוקס און ענטפערט אים צוריק: אהא, איר גלייבט מיר נישט, נונו. קום נאר מיט מיר אריין דא אינעם הייל און איר וועט זעהן, איך וועל אייך אויפווייזן דעם ריכטיגקייט פון מיין טעזע".

דער פוקס, זייענדיג זיכער מיט זיך, צעגערט נישט קיין רגע און לאזט זיך גלייך אין באגלייטונג פונעם האזל צום הייל.

דער האזל שפאצירט רואיג אריין אין הייל בשעת דער פוקס פאלגט אים נאך מיט זיכערע טריט. אבער ווי נאר דער פוקס האט איבערגעטרעטן דעם אריינגאנג פון דעם הייל האט מען פלוצלינג געהערט שרעקעדיגע קולות פון אמפעריי און צושמעטערע ביינער. עס נעמט נישט מער ווי עטליכע מינוטן און דער האזל שפאצירט ארויס פון דעם הייל, ווישנדיג זיך די וואנצן פון די איבערגעבליבענע פלייש און בלוט, און ער קערט זיך גלייך צוריק צו זיין בויגן פאפיר און ווערט פארטיפט אין איר.

געדויערט נישט לאנג און דער וואלף, וועלכער האט זיך אויך געדרייט אין געגענט, האט אויך דערשפירט עפעס א סעודה'לע. ער קומט צו גיין און זעהט אז עס איז נישט מער ווי א קליינטשיק האזל. נו, אויך בעסער ווי גארנישט. אבער ווי ער גרייט זיך נאר צו זיין איבערבייס דערזעהט ער אויך דעם בייז וואונדער, ווי דער האזל זיצט אזוי פארטיפט איבער א הויפן פאפירן און שרייבט פעסט.

"זאג נאר האזל מיין פריינט", וואס אזאנס שרייבסטו עפעס היינט, איך זעה אז דו ביסט אזוי פארטיפט. "איך שרייב מיין טעזע, עס איז א טייל פון מיין ארבעט וואס איך דארף אויספירן אויף צו באקומען מיין דאקטאראט", ענטפערט דער האזל דעם זעלבן תשובה, מיט די זעלבע זיכערקייט. "אזוי גאר, א טעזע? גאנץ נישקשה. איבער וואס אזאנס שרייבט איר אייער טעזע, געערטער האזל?" פרעגט דער וואלף מיט א געמאכטע ערנסטקייט, "אה", ענטפערט דער האזל, "דער טעמע איז איבער האזן וועלכע פארצוקן וועלף".דער האזל האט קוים ארויסגעזאגט דעם לעצטן ווארט פון מויל און דער וואלף שיסט אויף פאר געלעכטער: "שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס", זאגט דער וואלף. "זאג נאר די טיפש, דו קלערסט טאקע אז איינער גייט דיר געבן א דאקטאראט אויף אזא ליצנות פון א טעזע?".

אבער דער האזל ווייזט ווידער ארויס זיין שטארקקייט. "דו מוזט מיר נישט גלייבן. איך קען עס דיר שוין אויפווייזן. אט דארט איז מיין הייל, קומט נאר זייט מוחל אריין אין מיין הייל און איך וועל דיר אויפווייזן ווי ריכטיג מיין טעזע איז".

דער וואלף קען זיך קוים באהערשן, האלב פון נייגער און האלב פון געלעכטער, און פאלגט נאך די זיכערע טריט פון דעם האזל, גראד אין דעם הייל אריין. אבער דא ווידער האט זיך איבערגעשפילט דאס זעלבע. ווי נאר די צוויי זענען אריין אין דעם הייל, האט זיך פלוצלינג געהערט יאמערליכע געשרייען און געוויינען פון דעם וואלף, און דערנאך האט זיך געהערט די גערודער פון צעמאלענדע ביינער, און ווידער עטליכע מינוט שפעטער האט אונזער באקאנטער האזל ארויסשפאצירט פון הייל, ווישנדיג די בלוט פון זיינע וואנצן און זעצט זיך ווידער שרייבן זיין טעזע.

דער טאג האט זיך גערוקט און צוזאמען מיט דעם זענען נאכגעגאנגען נאך דעם האזל, דער בער, דער לעמפערט און נאך עטליכע אנדערע, אין זייערע לעצטע וועגן, פונקט ווי דער פוקס און וואלף, ווען יעדעס מאל קומט ווידער ארויס דער האזל אפווישנדיג די שיריים פון זיינע האריגע וואנצן.

פון אויבן, העכער דעם וואלד, האט ארום געשוועבט דער אדלער, און פון צווישן די אראפגעפאלענע ביימער האט ער מיטגעהאלטן דעם גאנצן שפיל וואס איז דא פארגעקומען, בשעת זיין נייגער וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדן עפיזאד. דאס איז דאך גארנישט קיין פשוט'ע מעשה. ער איז געווען אזוי נייגעריג, אז פארנאכט, ווען ער האט געזעהן אז דער האזל גרייט זיך שוין צו גיין, האט ער זיך אנגענומען די שטארקקייט און אראפגענידערט אויף דער ערד, זיך אוועק געזעצט נעבן דעם האזל און אים געפרעגט: "ילמדנו רבינו, וואס גייט דא פאר, וואס איז דיין מעשה?"

"אה, מיין מעשה?" זאגט אים דער האזל, "גאנץ פשוט, קום מיט מיר אריין אין הייל און איך וועל דיר ווייזן". גייען זיי ביידע צוזאמען אריין אין הייל, און דארט אין דעם הייל ווייזט אים דער האזל אן אויף א גרויסן לייב וועלכער שטייט דארט אונטערן טיר, גוט אפגעמוטשעט, אבער זאט און צופרידן. "זעהסטו?" זאגט דער האזל צום אדלער, טייטלענדיג מיט'ן פינגער אויף דעם לייב, "דאס איז מיין בעה"ב. עס איז נישט וויכטיג וואס דער טעזע איז, וואס איז וויכטיג איז ווער איז דער בעה"ב".

*

אט די דאזיגע מעשה איז א גוטער צושטעל צו מיין לעבן. פאר פילע יארן האב איך געמיינט אז עס האט צו טון מיט מיר. עס ווענט זיך אין מיין טעזע. וואס איך טוה, וואס איך וויל זיין אין מיין לעבן. וויפיל איך וועל זיך אנשטרענגען. איך בין דער בעה"ב, אין בין דער וואס שרייבט דעם פלאן. אבער דער דאזיגער מהלך האט נאר געברענגט דורכפעלער, איינס נאך די אנדערע. יארן פון מלחמות, פון קעמפפן מיט מיין יצר הרע, בשעת ער געוואונט איין קאמף נאכ'ן צווייטן. ער האט געוואונען נאך און נאך פוינטס, און נישט איין מאל האט ער מיר געגעבן אזא נאק אוט אז איך האב נישט געוואוסט וואס איז געפאלן אויף מיר.

נאך פילע שווערע יארן פון פרובירן און זיך איינרעדן אז איך קען עס באווייזן, און אז איך דארף עס צו קענען באווייזן, האב איך ענדליך איינגעזעהן אז עס האט גארנישט צו טוהן מיט מיר. עס האט צו טוהן מיט'ן בעה"ב. ווער איז מיין בעה"ב. און איך האב ענדליך פארשטאנען אז נאר אויב איך נעם דעם באשעפער אלס מיין בעה"ב, אלס מיין פירער און וועגווייזער, נאר דעמאלס קען איך. "אלמלא הקב"ה עוזרו אינו יכול לו".

און ווען דער גרויסער באשעפער איז מיין בעה"ב, ווען ער פירט מיך, ווען איך קום צו אים מיט יעדן פראבלעם, און איך לאז אים זיך מטפל זיין מיט דעם, ווען איך טוה וואס ער הייסט מיר, נישט וואס עס קוקט מיר אויס ריכטיג, דעמאלס איז נישט קיין נפקא מינא קעגן וועמען איך דארף זיך פארמעסטן, אפילו ווען דאס איז דער יצר הרע אליינס. אפילו ווען איך בין א קליינטשיקער האזל אקעגן א פוקס, אקעגן א וואלף, אדער אפילו קעגן א פארצוקענדער טיגער, אזוי לאנג ווי דער באשעפער איז דער וואס פירט מיך, אזוי לאנג ווי איך לאז אים מיך באשיצן, וועט ער אויספירן דעם דזשאב ביזן סוף.

יא, עס זענען דא טעג וואס איך פארגעס פון דעם פאר אביסל, אזוי בין איך, איך בין א שנעלער פארגעסער, אבער ווען עס קומט א שוועריגקייט, און איך זעה ווידער אז איך קען נישט אליינס, איך זעה אז איך האלט ביים פארלירן, דער גרויסער וואלף גייט מיך אט אט פארציקן, מיט מיין טעזע אינאיינעם, לויף איך שנעל אין הייל צום גרויסן בעל הבית, און ווי נאר איך שטעל זיך צוריק אין זיין דינסט, נעמט ער מיך צוריק אונטער זיין שוץ און איך ווער געראטעוועט.

און דערווייל וועל איך בעטן ביים גרויסן טאטן פאר נאך איין ריינעם טאג. טאטע, יעצט בעט איך נאר פאר היינט, פאר היינט בעט איך דיך העלף מיר בלייבן ריין.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?