לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
הקנאה והתאווה מוציאין את האדם מן העולם
הקנאה והתאווה מוציאין את האדם מן העולם

ווען איך שפיר זיך נישט באקוועם מיט מיר אליינס, קרענק איך פון קנאה אויף יענעם און דאס פירט מיך גראד צו לאסט און צו פארזינקען אין תאוה

עודכן לפני יותר משבוע

בס"ד

"הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם". עפעס איז מיר אייביג שווער געווען מיט די משנה, עפעס איז מיר נישט קלאר דא. וואס איז די שייכות איינס צום צווייטן? מילא "קנאה און כבוד", דאס פארשטיי איך אז זיי גייען צוזאמען, אבער ווי קומט דא אריין תאווה? וואספארא שייכות האבן תאווה און קנאה, וויאזוי זענען זיי געווארן מחותנים? דאס איז מיר נישט קלאר געווען. איך קען מענטשן וואס האבן זייער ליב כבוד, אבער זענען דוקא נישט קיין בעלי תאווה, און איך קען אויך שטארק קנאי'שע מענטשן וועלכע זענען לאו דוקא בעלי תאווה, און פארקערט אויך. אלזא, וואס גייט דא פאר? איך ווייס נישט, עפעס איז דא פאני.

איך האב אלעמאל געוואוסט אז איך בין א פיינער אינגערמאן און איך האב איין פראבלעם: תאווה-לאסט (איך האב סתם אזוי געהאלטן אז עס איז פשוט דער יצר הרע. נו, שוין). עס איז נישט אז איך בין עפעס אן עמאציאנעל-צושטערטער נשמה וועלכער האט פראבלעמען אין יעדן תחום פון לעבן, דירעקט נישט. איך בין אן ערנסטער מענטש, איך פארמאג גאר אסאך מעלות וועלכע דער רבונו של עולם האט מיר געשאנקען, אריינגערעכנט אז איך פארמעסט זיך זייער גוט מיט אלע פראבלעמען אין לעבן, אויסער – צו מיין שרעקליכן צער – איין פראבלעם: לאסט.

און עס איז נישט פארהאן קיין שום קשר צווישן מיין לאסט און אלע מיינע אנדערע אייגנשאפטן. עס איז אמת אז איך בין א נערוועזער מענטש, אבער דאס איז פשוט ווייל איך האב ליב צו ווערן נערוועז און זיך רעגן, עס האט אבער גארנישט קיין שייכות מיט סעקס. וויאזוי איז מיין תאוה צו זעהן נאקעטע פרויען פארבונדן מיט'ן זיך רעגן כסדר ביי די ארבעט? נארישקייטן, עס איז נישט פארבונדן.

און טאקע דערפאר האב איך געהאט א ערנסטן פראבלעם מיט דעם ערשטן פון די צוועלעף סטעפס. מער פונקטליך, מיט דעם צווייטן העלפט פון דעם ערשטן סטעפ: "מיר האָבן מודה געווען אז מיר זענען מאַכטלאָז איבער לאָסט - אז אונזער לעבן איז געווארן אומקאָנטראָלירבאַר". מיט דעם ערשטן טייל האב איך תיכף מסכים געווען, דאס איז זייער פשוט, אבער דער צווייטער טייל... אנטשולדיגט מיר? פון וואס פונקטליך רעדסטו דא? איך האב נישט פארלוירן קיין שום קאנטראל איבער קיין שום טייל פון מיין לעבן! יא, איך בין מאכטלאז קעגן לאסט און סעקס, אבער אויסער דאס איז אלעס אין ארדענונג. איך האב א פרוי, קינדער, א גוטן דזשאב, א הויז, א קאר און וואס נישט. סתם א נארישער געדאנק מיר אריינצוהאקן אין קאפ אז איך האב פארלוירן קאנטראל איבער מיין לעבן.

*

צוביסלעך אבער איז מיר קלאר געווארן אז עס איז נישט ממש אזוי. נאך א לאנגע פארש ארבעט איבער מיך אליינס האב איך אנטדעקט פארשידענע סארטן זאכן, רוב פון זיי נישט אזעלכע געשמאקע. דעמאלס האב איך שוין פארשטאנען פארוואס איך האב דאס ביז היינט נישט אנערקענט. אוודאי אזוי; פארוואס זאל איך גראבן אין מיר אליינס ווען איך ווייס אז איך גיי נישט טרעפן קיין גאלד, אדער אפילו אויל, נאר סתם שמוץ?

אבער היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט קיין ברירה, און אויב איך וויל אויפהערן מיטשלעפן מיט מיר אלעמאל אן אלט פעקל אויפרייס מאטריאל, וועלכע האלט טאקע אין איין אויפרייסן, און ברענגט מיר אן אומגעהויערע שאדנס, איז בעסער אז איך זאל אליינס גראבן און אויפזוכן ווי איך האב אוועק געלייגט די אלטע באמבעס, און מיט שטארקע געווארנטקייט קען איך דעמאלס נייטראליזירן די סחורה.

און טאקע די ערשטע באמבע וואס איך האב געפונען איז קנאה (מיינט נישט, איך האב אויך געטראפן נאך אסאך אנדערע באמבעס: כעס, פחדים, קריטיקירן, אנגעצויגענע נערוון, אא"וו). און די דאזיגע קנאה איז שטענדיג געגאנגען האנט ביי האנט מיט מיין לאסט, אינאיינעם מיט מיין שרעקליכע אדיקשאן צו סעקס.

איך האב א קרוב משפחה מיט וועמען איך קען זיך נאך פון ישיבה, מיר זענען די זעלבע עידזש. מיר זענען געווען גוטע חברים, מיר האבן חתונה געהאט אין די זעלבע תקופה און געוואוינט נאנט איינער צום צווייטן. אבער דאן האט זיך אנגעצונדן אין מיר די קנאה און האט געמאכט א תל פון מיר. און גלייבט מיר אז איך האב באמת נישט איבער וואס אים מקנא צו זיין. איך פארשטיי ניטאמאל וויאזוי איך בין מצליח אזוי צו ברענען פון קנאה אויף אים, און אויף וואס. אבער איך בין אויך אדיקטעד צו קנאה. עס ברענט אין מיר אן קיין סוף און ווי איך זעה, איז דאס טאקע ברען שטאף פאר מיר, עס גיבט מיר א סיבה צו לעבן, עס שטופט מיר זיך אויסצוצייכענען אין יעדע זאך וואס איך טוה. אזוי קען איך ווייזן פאר די אלע וועמען איך בין מקנא, אז איך בין בעסער פון זיי. צודרודלט...

דא איז מיר שוין גרינג געווען צו טרעפן דעם גראדן ליניע צו לאסט. דער "ווייסער בוך" הייבט זיך אן מיט א שטיקל וועלכע איז אלעס מסביר: פילע פון אונז האָבן זיך געשפּירט צעקלאפּט, ווערטלאז, איינזאם און דערשראקן. וואס מיר האבן געשפירט אינעווייניג האט נישט געשטימט מיט וואס מיר האָבן געזען אינדרויסן ביי אנדערע.

מיינע געפיהלן האבן נישט געשטימט מיט וואס איך האב געזעהן ביי יענעם קרוב. ער איז טאקע נישט אזוי געלונגען ווי איך, אבער ער האט געלעבט רואיג מיט זיך אליינס, מיט וואס ער איז. און דאס פונקט האט מיך אראפגעפירט פון זינען. און די וועג וויאזוי איך האב געדיעלט מיט דעם איז געווען קראנק צו ווערן פון קנאה אויף יענעם. און נישט סתם אזוי, נאר די עצם געפיהל פון קנאה האט מיר געגעבן דעם זעלבן געפיהל פון אנטלויפן פון דעם מציאות, פונקט ווי לאסט און סעקס האבן מיר עס געגעבן. עס האט מיר פונקט אזוי געגעבן א מעגליכקייט צו אנטלויפן אין פאנטאזיע (און חרטה האבן דערויף, און עס ווידער טוהן אן קיין סוף).

אלזא, יעצט פארשטיי איך שוין איינמאל: הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?