בס"ד
אלס א מענטש וועלכער האט זיך באנוצט מיט לאסט פאר אזוי פילע יארן און נאך אלץ אנגעהאלטן דעם דרויסנדיגן אויסזעהן פון א נארמאלער מענטש, מיין איך אז עס קומט מיר א סערטיפיקאט אלס א פראפעסיאנאלער ליגנער.
עס איז נישט גרינג צו זיין צוויי מענטשן אין איין גוף, און דערצו ווען איך לייד נישט "אפיציעל" פון א צוטיילטען פערזענליכקייט סינדראם. דאס אוממעגליכע ארבעט פון אנשטעלן א נארמאלן פנים נאך יעדן פאל, ווער רעדט נאך פון אלע ליגנטס פאר און נאך דעם פאל, האבן מיך געמאכט פאר א געשולטער, מייסטער ליגענער. און מיט דעם אלעם איז נאך דא איין ליגנט וועלכע איז דאס מערסטע באליבט אויף מיר.
דער שקר - וואס איך פארצייל פאר מיר אליינס פארשטייט זיך (נו פאר וועמען דען...) - אז אויב מיין ווייב וואלט ווען נאר געווען שענער, וואלט אלעס געווען אקעי.
איך האב אלעמאל געהאלטן אז מיין ווייב איז שיין, אבער עס איז דאך קלאר אז עס זענען דא פיל שענערע פרויען, און אפשר איז "דאס" פונקט וואס עס פעלט מיר אין לעבן.
יעצט, אין רעקאווערי, קומט דער ליגנט ארויף אויף אן אנדערן, איידעלערן פארעם. דאס געשעהט ווען איך זעה אמאל, אזוי פון ווינקל פון מיין אויג, א פרוי מיט עפעס א געוויסע סארט בגד און תיכף שפרונגט אריין א געדאנק אין מיין מח, אז אט דער בגד דארף איך קויפן אלס מתנה פאר מיין פרוי. איך גלייב אז ווען זי וואלט ווען געטראגן "דעם" בגד, וואלט איך ניטאמאל געווען אינטערעסירט צו קוקן אויף אנדערע פרויען און איך וואלט זיך נישט געדארפט אונטערגעבן צו לאסט.
[און אז מען רעדט שוין, דער זעלבער סארט שקר איז אמת ביי בחורים, אפגעטיילטע אדער גרושים, אז אויב איך וואלט נאר געווען פארהייראט וואלט אלעס געווען אקעי. איך פאל נאר ווייל איך האב נישט קיין ווייב. אבער דאס איז שוין אן אנדערן ענין און איך וועל עס לאזן אויף אן אנדערן צייט]
וויאזוי בין איך אזוי זיכער אז דאס איז א פאלנער ליגנט? ביי מיר האט עס געארבעט זייער פשוט: איך האב אויפגעגעבן לאסט אן קיין שום תנאים און זייער שנעל איז געווארן גאר קלאר פאר מיר אז עס איז שקר ווי די עבודה זרה. ווייל ווען מיין מח איז פאראליזירט פון לאסט, קען איך באמת ווערן איבערצייגט אין סיי וואס, אפגעזעהן פון ווי נאריש און אומ'שכל'דיג עס איז. און דעמאלס גלייב איך אפילו אז לאסט וועט מיר לייזן 'אלע' מיינע פראבלעמען און אז די איינציגסטע זאך וואס פעלט מיר אין לעבן איז א ווייב א מאדעל (כדי צו קענען נאכדעם זוכן נאך א שענערע מאדעל...).
נאכדעם, נאך וואס דער מעכטיגער ווידער-קול פון לאסט האט אנגעהויבן נאכלאזן פון די קלאמערן מיט וועלכע ער האט אנגעהאלטן מיין מח, דעמאלס האב איך ערשט אנגעהויבן זעהן דעם אינטערשייד צווישן א קאנעקשן, א קשר, און פאנטאזיע.
אן אמת'ער קשר, א קאנעקשן, א פארבינדונג צווישן צוויי מענטשן איז פונקט דאס פארקערטע פון פאנטאזיע, וועלכע איז פאקטיש א 'דיס'קאנעקשן, א מציאות פון זיין גענצליך אפגעהאקט, פון מיר און פון מיין ווייב. אין א פארבינדונג קען איך זעהן אלע שיינע זאכן אין מיר און דאס גאנצע שיינקייט פון מיין ווייב און זיך פארבינדן מיט איר אלס מענטש. ווידער אין פאנטאזיע בוי איך מיר אויף אין מח א פאנטאזירטע געשטאלט וואס איך נוץ עס אויף זיך אפצוהאקן דורך דעם פון די גאנצע וועלט, און פארשטייט זיך, אויך פון מיין ווייב.
עס שטעלט זיך מיר ארויס אז לאסט וויל נישט קיין שיינקייט און נישט קיין ליבשאפט און נישט קיין געשמאק אזוי ווי איך האב מיך אלעמאל איינגערעדט. לאסט וויל מיך האלטן אלס זיין קנעכט. דער תירוץ איז געווען אז מיין ווייב איז נישט גענוג שיין (אדער טוט נישט די ריכטיגע זאכן...), אבער היינט בין איך זיכער אז ווען איך וואלט ווען חתונה געהאט מיט די "שיינהייט קעניגן", וואלט איך ווייטער געגאנגען זוכן נאך שענערע פרויען.
מיך, האט דער דאזיגער מחלה גענצליך פארדרייט און איך האב דערנאך צודרייט געמאכט מיין ווייב מיט צודרייטע פאדערונגען, פרובירנדיג איר איבערצודרייען צו די "קעניגן פון מיינע פאנטאזיעס", און איך האב נישט פארשטאנען אז דאס וועט קיינמאל נישט ארבעטן ווייל נישט דאס איז וואס איך האב אפילו געזוכט. איך האב געזוכט 'פאנטאזיע', און דעריבער, אפילו אויב מיין ווייב וואלט אויסגעקוקט פונקטליך אזוי ווי אין מיין פאנטאזיע וואלט עס נישט גוט געווען ווייל דאס איז דאך עכט און איך זוך פאטאזיע. איך וואלט ווייטער געווען פארנומען מיט זוכן פאנטאזיע.
נאר ווען איך האב אויפגעהערט מיט די פאנטאזיעס, דעמאלס האב איך געטראפן קאנעקשן, פארבינדונג. און איר ווייסט וואס נאך? איך האב געטראפן צופרידנקייט און גליק. איך האב געטראפן אינערליכע שיינקייט וואס שיינט ארויס אינדרויסן און איך האב אנטדעקט אז א אמת'ער פארבינדונג קען געמאכט ווערן נאר צווישן צוויי מענטשן און נישט צווישן צוויי פאנטאסטישע פיגורען וועלכע עקזיסטירן בכלל נישט אינדרויסן פון מיין קאפ.
און אזא סארט פארבינדונג איז מעגליך און איז וואונדערבאר, אנטקעגן דעם ביטערן, ווייטאגליכן 'דיס'קאנעקשן און איינזאמקייט פון פאנטאזיע.