לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםצוועלעף סטעפס
עס איז נישט קיין ליגנט – עס איז פארלייקענונג
עס איז נישט קיין ליגנט – עס איז פארלייקענונג

טויזענטער מענטשן לעבן מיט דעם פראבלעם פאר פילע יארן אבער זעען עס נישט איין, זיי לעבן אין פארלייקענונג און רעדן זיך איין אז זיי זענען גליקליך

עודכן לפני יותר משבוע

איינס פון מיינע גרעסטע פראבלעמען אין מיין פארמעסט קעגן לאסט, איז נישט דירעקט פארבונדן מיט לאסט, נאר עס איז א סארט מעכאניזם וועלכע טוט מיר פשוט העלפן זיך דערהאלטן ביים לעבן און זיך פארמעסטן מיט מיינע שוועריגקייטן אין לעבן. די רעדע דא איז פון א פענאמען וועלכע רופט זיך: פארלייקענונג.

פארלייקענונג איז נישט קיין ליגנט. זיכער נישט אין דעם פשוט'ן אפטייטש פון דעם ווארט, אז איך ווייס איין זאך, און איך גיי באוואוסטזיניג זאגן עפעס אנדערש. פארלייקענונג איז אויך נישט קיין ליגנט וואס איך זאג פאר מיר אליינס. זיכער נישט אין דעם פשוט'ן אפטייטש פון דעם ווארט, אז איך ווייס איין זאך און איך האב פשוט באשלאסן זיך אליינס צו דערציילן אן אנדערע מעשה. אויב עפעס, איז פארלייקענונג אזא סארט ליגנט אין וועלכן איך בין דער פאר וועמען מען זאגט דעם ליגנט, עס איז נאר פערצופאל אזוי אז איך בין אויך דער וואס זאגט דעם ליגנט פאר מיר אליינס.

דער געדאנק פון פארלייקענונג איז פשוט. דער אומבאוואוסטזיניגער טייל פון מיין מוח (סאָב-קאַנשעס) טוט באהאלטן פון מיר געוויסע אינפארמאציע וויבאלד איך פארמאג נישט די כלים זיך צו פארמעסטן דערמיט. עס איז נישט קיין באוואוסטזיניגער באשלוס פון מיר זיך פשוט צו פארהוילן פון עפעס וואס איך ווייס, נאר א באשלוס וואס ווערט געפאסט דורך מיין מח, אונטער מיין באוואוסטזיין, און צוליב דעם איז דער תוצאה אז איך ווייס באמת נישט די אינפארמאציע.

א גוטער ביישפיל צו דעם איז: דער מעכטיגקייט פון מיין תאוה, אדער דער שוידערליכער חורבן וואס עס זייעט אן אין מיין לעבן. די דאזיגע צוויי זאכן, ווען איך זאל עס באמת איינזעהן און פולשטענדיג באנעמען, און דאך וועל איך נישט האבן קיין לייזונג צו דעם, קען דאס מיך זייער מעגליך צוברענגען צו גאר געפערליכע תוצאות, אזויווי שוידערליכע דעפרעסיע און אפילו ערגערס פון דעם. עס איז נישט קיין צופאל אז שווערע עדיקטס וועלכע האבן יא אנערקענט אין דעם שרעקליכן פראבלעם וואס זיי האבן, און זיי האבן איינגעזעהן אז זיי זענען גענצליך מאכטלאז אקעגן דעם, און געזעהן ווי דאס לייגט פשוט צוגרינד זייער גאנצער לעבן, האבן אפט מאל נישט געקענט צוקוקן דעם ביטערן אומגליק און זיך רח"ל גענומען דאס לעבן.

צוליב דעם אלעם, ווילאנג עס איז מעגליך, וועט מיין מוח צוריק האלטן פון מיר די דאזיגע אינפארמאציע. אזוי ארום גיי איך מיר אן מיט מיין לעבן, בשעת איך בין זיכער ביי מיר אז ס"ה רעדט זיך עס פון א איינצעלנער פראבלעם, וואס ווען איך זאל זיך פשוט אנגארטלען מיט אביסל מער רצון וועל איך זיך זיכער קענען אן עצה געבן מיט דעם. איך רעד זיך איין אז טראץ אלע פראבלעמען איז נאך אלץ מיין לעבן זיס און אז דער איינצעלנער פראבלעם איז נישט ממש א סכנה פאר מיר. וואס איז אבער דער אמת'ער מצב? הע, הונדערט און אכציג דעגריס פארקערט פון דעם.

די פאקטן זענען אז איך פרוביר שוין פאר צענדליגער יארן אויפצוהערן און עס גייט מיר נישט. איך האב שוין פרובירט אלעס וואס איך קען און נישט מצליח געווען, איך האב זיך שוין אנגעגארטלט מיט וויפיל רצון עס איז נאר מעגליך פאר אזא מענטש ווי מיך צאמצונעמען אבער עס האט מיר גארנישט געהאלפן. מיין פרוי האט מיך שוין געכאפט און מיינע קארטן האלטן אט אט ביים אויסלויפן. אבער אויב איך זאל באמת איינזעהן דעם מצב וויאזוי עס איז, וועל איך דאס נישט קענען ביישטיין. דערפאר בין איך אין א מצב פון פארלייקענונג.

הרב טווערסקי ברענגט אויף דעם גאר א שיינעם הסבר פון איינעם פון די גור'ע רביס: די תורה פארציילט אויף שרה אימנו א מעשה: ותצחק שרה בקרבה. שרה האט געלאכט אינעווייניג אין זיך, ווען זי האט געהערט אז זי גייט ווערן א מאמע אין אירע אלטע יארן, אבער שפעטער ווען מען האט איר פארגעהאלטן, "ותכחש שרה לאמר, לא צחקתי". שרה האט געלייקענט און געזאגט "איך האב נישט געלאכט". זאגט דער גור'ער רבי, אז עס איז זיכער און פשוט אז שרה אימנו האט נישט געזאגט קיין ליגנט ח"ו, נאר זי אליינס האט אפילו נישט געוואוסט אז זי האט געלאכט, ווייל זי איז געווען אין פארלייקענונג איבער דעם. זי האט געלאכט? יא, די תורה זאגט דאך אזוי, אבער עס איז נאר געווען "בקרבה", טיעף אינעווייניג, אזוי טיעף אז זי אליינס האט עס נישט געכאפט. און דערפאר, ווען מען האט איר געפרעגט איבער דעם, האט זי געזאגט דעם אמת לויט ווי עס איז געווען אין איר באוואוסטזיין: "איך האב נישט געלאכט".

דערפאר, אין די אלע יארן איידער מיין ריקאווערי, ווען איך האב זיך איינגערעדט אז מיין לעבן גייט מיר גוט, איז עס נישט געווען קיין ליגנט, עס איז געווען פארלייקענונג. איך האב פשוט נישט געקענט עפענען מיינע אויגן און זעהן דעם פאקטישן מציאות וואס פאטשט מיר אין פנים, ווייל עס איז געווען צו שרעקעדיג און עס וואלט מיך פשוט פאראליזירט.

דערפאר, אין די אלע יארן איידער איך האב זיך אנגעהויבן ערהוילן, ווען איך האב געמיינט אז מיט נאר נאך אביסל אנשטרענגונג וועל איך מצליח זיין אויפצוהערן "אויף אייביג", איז עס נישט געווען קיין ליגנט. עס איז געווען פארלייקענונג. איך האב זיך נישט געקענט שטעלן פנים אל פנים מיט דעם מציאות, ווייל אויב וואלט איך עס יא געטון, און איך וואלט איינגעזעהן ווי גרויס מיין פראבלעם איז, אבער איך וואלט נישט געוואוסט וואס דער לייזונג דערצו איז, וואלט עס מיך אוועק געשטעלט פאר א מצב וואס איך וואלט נישט פארמאגט קיין שום כלים זיך צו פארמעסטן מיט דעם.

די פארלייקענונג הייבט אן צו צוגיין אין איינס פון צוויי וועגן, אדער אין די קראנקהייט, אדער אין די ערהוילונג. אדער ווערט דער ווייטאג צו גרויס און מען קען זיך פשוט מער נישט פארהוילן דערפון, אדער אז די ערהוילונג פון די מחלה טוט אונז עפענען די אויגן. ביי מיר איז עס געווען א צאמשטעל פון ביידע.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?