בס"ד
וויל איך אויסקוקן ווי די מרגלים?
די וועלט פארציילט א ווערטל, אז עס איז אמאל געווען א מלמד אן עם הארץ, וועלכער האט געלערנט מיט די קינדער חומש פרשת שלח. אנקומענדיג צום פסוק: ויעפילו לעלות ההרה, האט דער מלמד געטייטשט, ויעפילו, זיי זענען אראפגעפאלן, לעלות ארויפצוגיין.
שטעלט זיך אויף א אינגל און פרעגט דעם רבי'ן, וויאזוי ארבעט דאס, מען פאלט אראפ ארויפצוגיין? עפעס שטימט נישט דא. זאגט אים דער רבי, ביזט גערעכט, רש"י זאגט טאקע, לשון חוזק, עס איז חוזק לשון, ווייל אז מען פאלט אראפ ארויפצוגיין אין מען חוזק.
בין איך אמאל געזעצן ביי א שמחה ווי א בדחן האט פארציילט דעם ווערטל, איז דארט געזעצן א עלטערער איד, א גרויסער תלמיד חכם און ידען, האט ער מיר געזאגט אז דאס איז גארנישט קיין דזשאוק. ער האט מיר נאכגעזאגט פון א ספר פון א פריערדיגן גדול (איך געדענק שוין נישט ווער דאס איז געווען), אז די גאנצע מעשה דא שטימט דאך נישט, ווי מען זאגט דא אין אמעריקא, עס מאכט נישט קיין סענס.
דא שטייט מען און מען וויינט א גאנצע נאכט ווייל מען איז געקומען צו די החלטה אז דער אויבערשטער קען נישט. מיר האבן געמיינט אז ער גייט אונז ארויפטראגן קיין ארץ ישראל, דערווייל הערן מיר גאר אז דער באשעפער קען נישט. פיין, ער קען נישט. אבער אויב אזוי קענסטו דאך זיכער נישט. דו האלטסט נישט אז דו ביסט שטערקער פון דעם אויבערשטן. ער האט דאך דיר שוין באוויזן ביז היינט גענוג. די צען מכות, יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מלחמת עמלק.
כ'מיין, ס'איז נישט אז זיי האבן זיך געקענט איינרעדן אז דער באשעפער איז פעיק, אז ער קען גארנישט דעליווערן. ער האט דאך זיי שוין ביז אהער אויך געגעבן גאר אסאך. נאר וואס דען, פאר עפעס א סיבה האט איר מחליט געווען אז דא ענדיגט זיך עס. מיט די מצרים האט ער זיך נאך ווי עס איז אן עצה געגעבן, און נישט איין מאל; מיט דעם ים האט ער געמאכט סדר, עמלק האט ער נאך אויך באוויזן צוצופיקסן, אבער דא, ווען עס קומט צו ארץ כנען, דא עפעס האבן זיי מחליט געווען אפצוקויפן דעם נארישקייט אז ער קען נישט.
נו אויב אזוי איז דאך א דבר פשוט אז דו קענסט אויך נישט. אז ער קען נישט, קענסטו דאך אוודאי נישט. מילא דו ווילסט זאגן אז ער קען אבער איך קען אויך, פיין, דאס קען מען נאך הערן. ווילסטו זאגן אז ער קען נישט און דו אויך נישט. הער איך נאך אויך. אבער דא איז מען דאך געגאנגען א טריט ווייטער. דער אויבערשטער קען נישט!!! אבער אונז... הננו ועלינו... ויעפילו לעלות ההרה...
איר הערט? דער באשעפער קען נישט, אבער איך קען יא!
איז נאך דא א גרעסערע חוזק פון דעם? נו אוודאי איז דאס א לשון חוזק.
מיר אלע ווייסן דאך זייער גוט ווי די מרגלים זענען אנגעקומען. אבער וואס האט דאס צו מיר? איך בין דאך נישט קיין מרגל, איך שפיאניר נישט אויף קיינעם, איך הייס נישט גדי בן סוסי און אוודאי נישט נחבי בן ופסי, איז וואס האט דאס אלעס מיט מיר.
אבער וואס מער איך קלער אריין אין דעם מעשה פון די מרגלים און אין דעם ווארט וואס איך האב יעצט געברענגט, אלס מער טו איך זיך אידענטיפיצירן מיט דעם.
וואס איז געווען די מעשה מיט די מרגלים? דער באשעפער האט זיי צוגעזאגט אז זיי וועלן באקומען ארץ כנען. ער האט זיי נישט געזאגט וויאזוי דאס גייט אויסקוקן, ער האט נישט מסביר געווען פונקטליך וואס דאס איז, אבער אזויפיל האט ער געזאגט, אז עס איז אן ארץ זבת חלב ודבש. אין אנדערע ווערטער: עס וועט אייך זיין גוט דארט. איר וועט זיין צופרידן.
אבער די מרגלים האבן געשפירט אז זיי מוזן זיין אין קאנטראל. נשלחה לפנינו אנשים ויחפרו לנו את הארץ. מיר ווילן מברר זיין. מיר ווילן זיכער מאכן אז עס גייט זיין אקעי. מיר קענען זיך נישט סתם אזוי פארלאזן אויפן באשעפער. געוואלד, דאס איז דאך אזא אבסורד. פון ווי קומסטו? דו האסט דאך מיטגעהאלטן לעצטענס אזויפיל וואס דער באשעפער גיט דיר. אזויפיל גוטס, אזוי פיל נסים נגלים. דער באשעפער געבט דיר אזויפיל, אזויפיל.
אבער ניין. זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים חינם. המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר? מיר געדענקען שוין נישט די אלע זאכן, די אלע גוטס. מיר זעען נאר פארקערט. אלע חסדים וואס דער באשעפער טוט פאר אונז איז גאר שלעכט. פארוואס? ווייל 'איך', אין מיין נארישן דמיון האב 'איך' זיך פארגעשטעלט און 'איך' האב מחליט געווען וואס 'איך' דארף און וויאזוי עס דארף אויסקוקן, און אז עס שטעלט זיך אויס אנדערש, איז עס שלעכט.
און לא די אז עס איז נישט גוט. נאר פשוט, דער באשעפער קען נישט. ער זאגט צו און ער קען נישט דעליווערן. איך מוז נעמען די זאכן אין די אייגענע הענט און זיך אליינס אן עצה געבן. הננו ועלינו. ויעפילו לעלות.
*
אט פונקט אזוי קוק איך אויס. ממש דאס איז מיין מצב און דערפאר האב איך אזוי אויסגעזעהן און דערפאר בין איך אנגעקומען ווי איך בין אנגעקומען. דער באשעפער האט מיר אראפגעשיקט דא אהער, אויף די וועלט און האט מיר געזאגט אז ער וועט מיר געבן אלעס וואס איך דארף האבן דא. דאס הייסט, אלעס וואס איך דארף האבן אויסצופירן דאס וואס ער וויל פון מיר. דאס וואס איז מיין דזשאב אויסצופירן.
דער באשעפער האט מיר נישט געזאגט וויאזוי דאס גייט אויסקוקן, ער האט מיר נישט געזאגט אז איך זאל קוקן אויף דעם אדער אויף יענעם, וואס דער טוט און וואס יענער האט. ניין. ער האט מיר געגעבן א דזשאב וואס "איך" דארף טון, און וואס נאר איך "קען" טאן, קיינער אויף דער וועלט קען נישט טאן דעם דזשאב אויסער איך, און ער האט מיר מיטגעגעבן אלעס וואס איך דארף האבן אויסצופירן דעם דזשאב.
ולא עוד, נאר ער האט מיר נאך צוגעגעבן א באנוס צו דעם, א צושפייז, ער האט מיר צוגעזאגט אז אויב איך וועל דאס טאן, אויב איך וועל אויספירן מיין דזשאב, נוצנדיג די כלים וועלכע ער האט מיר געגעבן, וועל איך זיין גליקליך און צופרידן.
דערווייל וואס איז געשעהן? איך בין אראפגעקומען דא אהער און איך הייב אן קוקן אויף דעם און אויף יענעם. פארשידענע מענטשן פארמאגן פארשידענע זאכן וואס איך פארמאג נישט. דאס איז דאך נישט קיין יושר. חעזקל האט א שענערע קאר, מענדל האט א שענערע הויז, פייוול האט א בעסער'ן דזשאב, גרשון האט א שענערע ווייב, מאטל האט בעסערע קינדער, געציל, שרגא און שמואל האבן סתם אזוי מער געלט ווי איך.
און איך שטיי און איך קוק זיך צו און איך שפיר זיך באקריוודעט. העי, דאס איז נישט געווען א טייל פון דעם פלאן. דער פלאן איז געווען אז וועל האבן די קאר פון חעזקל, די הויז פון מענדל, די דזשאב פון פייוול, די ווייב פון גרשון, די קינדער פון מאטל די געלט פון געציל, שרגא מיט שמואל צוזאמען, און צו דעם קומט נאך צו נאך פילע אנדערע זאכן וואס איך האב געהאט אין פלאן צו האבן. מער כבוד און מער פאוער און אנדערע און בעסערע חברים.
א בעסערע און שענערע פלאץ אין מיין סביבה, זיין א שענערער איד ווי איך בין, האבן יעדע שגעון און תאוה וואס פאלט מיר נאר ביי. און דאס אלעס זאל איך האבן בהיתר, ווייל... עס קומט מיר. גאנץ פשוט, די אלע זאכן קומען מיר, ווייל... אזוי האב איך מחליט געווען.
און ווען די זאכן גייען נישט לויט מיין פלאן, ווען איך דערזעה זיך אז איך בין נישט אין קאנטראל, וואס האב איך דעמאלס געטון? הננו ועלינו. איך קען אליינס. און איך הייב אן טון וואס איך קען צו באקומען וואס איך וויל. און ווען דאס גייט אויך נישט, ווער איך בייז, איך ווער ברוגז. ביז... ביז איך האב געטראפן אן עצה וואס טוט לייזן די אלע פראבלעמען.
איך הייב זיך אן נאכצוגעבן די תאוה, אויף וועלכען אופן עס ציעט מיר, צו מיט מיר אליין, צו מיט אנדערע, צו מיט מענער צו מיט פרויען, אבער הצד השוה שבהן איז, אז איך גיב זיך נאך די תאוה זיך צו מאכן שפירן בעסער ווייל איך האב נישט באקומען וואס עס קומט מיר.
דער רבונו של עולם האט מיר נישט געגעבן וואס איך דארף, ער קען נישט, ער קען עס נישט דעליווערן, וועל איך מיך אליינס אן עצה געבן. אויף מיין וועג. איך וועל נעמען וואס איך וויל. צו פון מיר צו פון יענעם, אבער איך וועל עס נעמען אליינס. דער באשעפער קען נישט און איך קען יא. ממש ווי די מעשה פון די מרגלים. איך בין אין קאנטראל, נישט דער באשעפער. איי, וואספארא חוזק.
שוין אפגערעדט פון דעם אז איך וועל אלעמאל נאר זעהן וואס יענער האט "מער" פון מיר און איך וועל קיינמאל נישט זעהן וואס יענער האט "ווייניגער" פון מיר. און אויב יענער האט טאקע ממש אין יעדן שטח פון לעבן מער פון מיר, איז דאך אלעמאל דא אנדערע מענטשן וואס האבן ווייניגער. אמת, דיין יונגערער ברודער האט מער געלט פון דיר, דיין אינגערער שוואגער האט באקומען א שענערע ווייב ווי דיינס. אבער דו האסט פארגעסן אז דיין עלטערער ברודער האט נאך ווייניגער...
נעע, דאס וויל איך שוין נישט זעהן. אויף דעם וועל איך האב טויזענט תירוצים פארוואס דאס איז נישט נוגע. אבער די אלע טויזענט תירוצים קומען פון איין מקום. ווייל איך גלייב אז איך פארשטיי בעסער פון דעם באשעפער.
*
אבער דאס פעלט ניטאמאל אויס, ווייל ברגע וואס איך דארף קוקן אויף יענעם זיך צופרידן צושטעלן, האב איך פארגעסן פון דעם באשעפער. איך האב פארלייקנט דעם מציאות אז דער באשעפער איז דער בורא ומנהיג און אז ער האט מיר געגעבן "אלעס" וואס פעלט מיר באמת אויס אין לעבן.
ווען איך זאל פארשטיין אז די אלע זאכן וואס איך זעה זענען נאר כלים וואס יענער האט באקומען אויף אויסצופירן "זיין" דזשאב, און דאס וואס איך האב זענען כלים וועלכע זענען ספעציפיש געמאכט פאר מיר, קאסטום מעיד פאר מיין דזשאב, ווען איך זאל גרייט זיין צו אנערקענען אז דער באשעפער קען יא און איך קען נישט. ווען איך זאל נאר קענען געבן דעם קליינעם דריי אין מיין מח וועל איך זיין א גליקליכער מענטש.
ויהושע בן נון וכלב בן יפונה זאגט דער באשעפער, די וואס האבן געגלייבט אז איך קען יא, און אז דאס איז וואס איך געב זיי איז דאס וואס זיי דארפן. המה יבואו והמה ירשו. זיי וועלן ירש'ענען דאס גליקליך לאנד.
ווילאנג איך האב געגלייבט אז איך פארשטיי בעסער און אז איך דארף האבן דאס וואס יענער האט, איז מיר גארנישט גוט געווען און אלע חסדים וואס דער זיסער טאטע אין הימל האט מיר געגעבן איז געווען נאר שלעכטס, און איך האב זיך געמוזט נעמען אליינס דאס גוטס, און פארם פון זיך באפרידיגן דורכן באנוצן זיך מיט אומ'אויסגעהאלטענע סעקס. צו מיט זיך צו מיט יענעם.
איי, וואס פארא פנים האב איך דעמאלס געטראגן. וואספארא חוזק בין איך געווען.
אבער ברגע וואס איך האב אנגעהויבן איינזעהן די חסדים פון דעם אויבערשטן און אז ער האט מיר געגעבן דאס וואס איך "דארף" האבן, נישט דאס וואס איך וויל האבן, דעמאלס האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן. זייט דעמאלס דארף איך זיך נישט באנוצן מיט פארבאטענע סעקס. איך דארף נישט נוצן יענעם'ס גוף איך דארף אפילו נישט נוצן מיינס אויף אן אופן וואס איז נישט אויסגעהאלטן. איך האב פאקטיש באקומען דאס צוגעזאגטע לאנד. איך בין געווארן א גליקליכער מענטש.
ווייל איך האב אלעס וואס איך דארף.