לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםצוועלעף סטעפס
רצון - ווילינגנעסס
רצון - ווילינגנעסס

איך וויל זיין ריין, איך האב געלייגט א פילטער, איך טוה נאך זאכן, וואס מיינט דאס עס פעלט מיר ווילינגנעסס. איך וויל דאך יא?

עודכן לפני יותר משבוע

נו, איז דאך דאס די שאלה. ווילסטו באמת ווערן געפילטערט און די לייגסט עס טאקע נאר דערפאר ווייל מיר זענען בשר ודמ'ס, און מיר האבן דוקא גאר א גרויסער תאוה, ממילא לייגסטו עס כדי צו האבן א גדר אין די שוואכע מינוטן, אדער דו לייגסט עס פשוט ווייל די האפסט אז דער פילטער וועט דיך אפהאלטן פון זעהן פארנאגראפיע?

איך פארשטיי נישט די חילוק

עס איז א דקות'דיגע חילוק, איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן אבער איך וועל עס פרובירן בעסער מסביר צו זיין.

מיר אלע ווילן זיין ריין, מיר ווילן זיין הייליג. מיר ווילן נישט זינדיגן, מיר ווילן נישט פאלן. מיר ווילן נישט קוקן, מיר ווילן זיך נישט צורירן, מיר ווילן זיך נישט אויסרייבן און מיר ווילן נישט גיין טוהן זאכן מיט אנדערע (לפחות איך וויל נישט, איך רעד נאר פאר מיר, אבער מיין עקספיריענס מיט אנדערע איז אז זיי ווילן אויך נישט), די אלע זאכן וואס איך האב געטון, האב איך נישט געוואלט טון. אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן. די תאוה איז געווען שטערקער פון מיר.

איך וואלט ווען גערן געקענט באשטיין ווען איינער נעמט מיר צו די תאוה, אדער אפילו ווען איינער זאל מיר צובונדן די הענט און פיס איז זאל נישט קענען גיין. ווען איינער זאל סאמהאו מאכן עפעס זאל געשהן אז איך זאל נישט קענען אויספירן מיינע מחשבות פון מיינע תאוות. איך פלעג בעטן ביים באשעפער ער זאל עס טאן, איך האב געהאפט אויף ניסים און געטרייט אן א שיעור זאכן ווי קאלטע און הייסע מקוואות, תעניתים און סיגופים וגו' וכו'.

אבער דער ס"ה איז געווען, אז איך האב געוואלט אז דער מעגליכקייט צו טאן דעם עבירה (אדער אויספירן דעם סימפטאם פון מיין מחלה, קלויב וועלכע דו האסט בעסער ליב) זאל ווערן אוועק גענומען פון מיר. איך פלעג זיך אפילו וואונטשן צו שטארבן ווייל אזוי וועל איך נישט קענען זינדיגן מער. איך וועל דיר זאגן נאכמער, איך בין שוין געווען גרייט צו שטארבן און ברענען אין גיהנם און אינעם כף הקלע און אינעם צואה רותחות. אבער דער עיקר אז איך זאל נישט קענען מער זינדיגן.

וואס איך האב נישט געכאפט איז געווען, אז איך וויל בעצם אז מען זאל מיר צונעמען מיין בחירה. דאס וואס דער באשעפער האט געמאכט פאר דעם פלעגשיפ, דער דיפיינינג חילוק צווישן דעם חי און דעם מדבר, דער מציאות פון בחירה חפשית, (ווי מען טייטשט אויף ומותר אדם מן הבהמה אין, אז דאס איינציגסטע מיט וואס דער מענטש איז מער פן דעם בהמה איז, אין, אז ער קען זאגן ניין!) אט דאס האב איך געוואלט פארלירן. איך האב געוואלט אז דער באשעפער זאל עס פשוט צונעמען פון מיר.

איך פארשטיי זייער גוט פארוואס איך האב אזוי געוואלט, און דוקא קלער איך אז עס איז גאר א גוטער געדאנק. אבער דער פראבלעם איז אז דאס איז דאך דער גאנצער מציאות פון דעם מין האנושי, דער פענאמען פון בחירה חפשית. דער פאקט אז איך "קען קלויבן" וואס יא און וואס נישט צו טון. און טאקע דערפאר וועט עס דער רבונו של עולם נישט צונעמען פון מיר ווי לאנג איך לעב (אין א געזונטן קערפערליכן צושטאנד), אזוי לאנג ווי עס איז מיר באשערט צו לעבן און פונקציאנירן אלס א מענטש, אזוי לאנג וועט דער באשעפער "בשום אופן" נישט צונעמען פון מיר דעם בחירה. ער וועט נישט צונעמען פון מיר אט דעם מעגליכקייט צו קענען פאלן.

אקעי, יעצט קום איך צו צום פוינט. אויב אזוי, וויאזוי געב איך זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם מיינעם, איך שפיר דאך אז איך האב שוין פארלוירן די בחירה. איך קען מער נישט בוחר זיין "נישט צו פאלן". איז דאך דער סיסטעם פארדרייט. אז צונעמען דעם בחירה אז מען זאל נישט קענען פאלן, דאס גייט נישט פאסירן, פון די אנדערע זייט אבער פאסירט יא דער זאך אז מען זאל צונעמען די בחירה אז מען זאל קענען זיך צוריק האלטן פון פאלן? וואס טוט מען דא, עס איז דאך נישט קיין יושר'דיגער סיסטעם.

אזוי האב איך געזעהן דעם מציאות.

יעצט, דא קומט ער כאפ, וואס עס האט מיר געדויערט אסאך יארן צו כאפן. פשוט צו באגרייפן דעם קאנצעפט האט מיר געדויערט א לאנגע צייט פון אסאך יארן. און דאס וויל איך יעצט טרייען דא מסביר צו זיין. עס איז דא איין זאך, איין סטעידש וואס מיר דארפן דערגרייכן אויף זיך צו קענען באהעלפן. און דאס איז דער נקודה וואס איך וויל יעצט ארויסברענגען.

מיר מוזן משיג זיין אז מען גייט נישט צונעמען דעם בחירה פון אונז. אין אנדערע ווערטער, מיר גייען דארפן מאכן א באוואוסטזיניגע בחירה נישט צו פאלן און צו בלייבן ריין.

וועסטו דאך מיר פרעגן, און בצדק, איך טוה דאך דאס, איך האב עס שוין געטון טויזענט מאל אבער עס ארבעט נישט, איך פאל נאך אלץ דורך.

אקעי, ביסט גערעכט. אבער עס איז דא א חילוק. פשט איז אזוי. אין דעם מצב וואס מיר זענען יעצט, קענען מיר זיך טאקע נישט מתגבר זיין ווייל די תאוה איז שטערקער פון אונז, אבער מיר קענען טוהן אנדערע פעולות וואס וועט אונז געבן די שטארקקייט און די כח זיך יא צו קענען שטארקן, אבער צום אלעם ערשטן דארפן מיר וויסן און פארשטיין אז מיר, דאס הייסט, איך, גבאי, און יעדער אנדערער מעמבער פאר זיך, וועלן דארפן אליינס טון די ארבעט.

איך דארף זיין גרייט, אז ווען עס כאפט מיך די תאוה זאל איך מאכן דעם החלטה: "איך גבאי, בין גרייט יעצט מוותר צו זיין אויף דעם הנאה וואס די תאוה גייט מיר ברענגען. וואס די פארנאגראפיע גייט מיר ברענגען, וואס די הוז"ל גייט מיר ברענגען, וואס די אנדערע זאך וואס איך טוה כסדר (וואטעווער עס איז) בין איך גרייט יעצט מוותר צו זיין אויף דעם.

נישט אז איך בעט זיך קום בינד מיר די הענט און נעם מיר צו די בחירה. ניין, איך מאך א בחירה אז איך בין גרייט מוותר צו זיין אויף דעם.

יעצט, נישט אלעמאל בין איך גרייט. צומאל שפיר איך אז איך בין באמת נישט גרייט, און דעמאלס איז די עצה פאר מיר צו בעטן דעם באשעפער ער זאל מיר געבן דעם רצון. איך זאג אים, טאטי, איך האב נישט דעם רצון. איך וויל יעצט שפירן... (און איך זאג אים פונקטליך וואס איך וויל שפירן) און איך האב נישט די כח מוותר צו זיין אויף דעם הנאה. טאטי, פליז געב מיר דעם רצון אז איך זאל כאטש וועלן גרייט זיין מוותר צו זיין אויף דעם.

*

שוין, עד כאן ההסבר. און יעצט צום ענין. צומאל לייגן מיר ארויף א פילטער ווייל מיר ווילן און האפן אז דאס וועט זיין די הענדקאף, די קייט וואס וועט אונז האלטן איינגעשפארט און וועט אונז צונעמען די בחירה אז מיר וועלן מער נישט קענען פאלן.

אויב איז דאס די מחשבה מיט וואס מיר לייגן ארויף דעם פילטער, איז עס לכאורה א שאד, ווייל עס וועט נישט ארבעטן. א פילטער "קען אונז נישט" האלטן ריין. ווייל די ענדגילטיגע בחירה ליגט נאך אלץ ביי מיר אין די האנט. און דערפאר זאג איך דיר, אז אפילו איך, וואס איך קען נישט אויסקרויזן א פילטער, האב נאך אלץ מצליח געווען צו באקומען פארנאגראפיע, נישט אויפן כלי, אבער איך האב עס באקומען און געווארן נאך מער משוגע.

נאר ווען איך האב ביי מיר געמאכט די החלטה אז "איך וויל זיין ריין". איך מאך די בחירה אז איך וויל נישט זעהן קיין פארנאגראפיע, און נישט דער פילטער וועט מיך אפהיטן, נאר דער באשעפער, אבער ער וועט עס נאר טוהן ווען "איך בין בוחר נישט צו זעהן", נאר דעמאלס האט מיר דער פילטער געהאלפן. ווייל כאטש איך וויל באמת נישט, בין איך נאך אלץ א בשר ודם, און מיין תאוה איז גאר שטארק און איך בין נאך אלץ עלול צו פאלן, אבער יעצט, ווען "איך וויל" נישט-זעהן, און איך לייג דעם פילטער נאר אלץ גדר וואס זאל מיר העלפן האלטן מיין אייגענעם בחירה און מיין אייגענעם רצון. דעמאלס העלפט עס.

הצלחה אין דיין הייליגע וועג

האם קיבלת תשובה לשאלתך?