לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש אין שאפינג מאלל
א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש אין שאפינג מאלל

א מעמבער באשרייבט דעם חילוק פון אמאל ביז היינט ווען ער גייט מיט זיין פרוי איינקויפן קליידער

עודכן לפני יותר משבוע

עס איז זייער פשוט פאר מיר אז אויב איך וואלט געזעהן דעם קעפל איידער אין בין אנגעקומען דא אהער, וואלט איך געווען איבערצייגט אז דער שרייבער האט זיך אויסגעגליטשט אויף עפעס איידער ער האט אנגערירט דעם קיבארד. כ'מיין, וואס האט א רוחניות'דיגער ערפארונג איינגעקלאפט מיט א שאפינג מאלל? די צוויי זענען דאך אזוי ווייט איינס פון אנדערן. ממש צוויי פארקערטע זאכן. פאר א רוחניות'דיגער ערפארונג גיי איך אין בית המדרש, צו א דרשת התעוררות, אבער אין א שאפינג מאלל? מאן דכר שמי'? דארט גיי איך פאר לאסט, דארט ווער איך אינגאנצן צודרייט. נו, זעהט אויס איך האב זיך טועה געווען. שוין נישט דאס ערשטע מאל.

ביז איך בין אנגעקומען צו ריקאווערי האט זיך די מחלה ארויסגעשטעלט ביי מיר אויף גאר אסאך אופנים, אבער דאס מערסטע איז עס געווען בולט אין צוויי נקודות אין מיין לעבן: לאסט און קאנטראל. אזוי איז עס, ביי יעדן איז עס עפעס אנדערש, ביי איינעם פחדים, ביי א צווייטן פארביסנקייט, ביי א דריטן אויפרעגעניש אא"וו. אבער ביי מיר האט זיך מיין פארלוירנקייט איבער מיין לעבן אויסגעדרוקט בעיקר אין די צוויי זאכן. און ווען איך שרייב קאנטראל, מיין איך גענצליכער קאנטראל; אנגעהויבן פון, למשל, די עלעקשאנס (אין אמעריקא, אין ארץ ישראל, אין ענגלאנד, דייטשלאד, פראנקרייך, קאנאדא, רוסלאנד און אפילו זימבאבווע...), ביז אזעלכע זאכן ווי, וועלכע ספארטלער זאלן געווינען וועלכע געימס אדער וויאזוי די וועטער זאל זיך אויסשטעלן.

און אויב זענען זאכן נישט געגאנגען ווי איך האב געוואלט, אוי אוי, פרעג נישט. ווי האט נאר יענער געזאגט: "איך וועל איבערקערן דעם שטאט. איך וועל פארברענען דאס לאנד. איך וועל הרג'ענען מענטשן, אבער מיין ווילן מוז געשעהן". און איינס פון די פלעצער ווי איך האב געמוזט בעל בית'עווען דאס מערסטע איז געווען, פארשטייט זיך, אויף מיין ווייב. אבער וואגן זאל זיך נאר איינער מיר צו האבן געזאגט א ווארט איבער דעם. איך וואלט געווען זיכער אז ער האט זיך אויך אויסגעגליטשט אויף עפעס...

ווי מער צייט עס גייט אריבער אויף מיר אין ריקאווערי, אלס מער טוה איך אנערקענען ווי קראנק איך האב זיך אויפגעפירט צו מיין פרוי. איך מיין אז איינס פון די ערגסטע ערטער ווי דאס איז ארויסגעקומען איז געווען ביים איינקויפן אירע קליידער. און איך שפיר אז איך מוז עס ארויסשרייבן, ווייל במשך אזוי פיל יארן איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז איך טוה עפעס ראנג.

איך פלעג ארויסגיין מיט איר איינקויפן קליידער, אבער זי האט געמוזט קויפן – זעלבסטפארשטענדליך – וואס איך האב געוואלט. און אויב האט זי געוואלט עפעס וואס האט מיר נישט געשמעקט, איז דאס באגלייט געווארן דורך א געהעריגן אויפרייס. פאר גאנצע זיבן יאר האט זי קיינמאל נישט געקויפט א קלייד אן באקומען מיין הסכמה פון פריער.

איך געדענק ספעציעל עטליכע פעלער ווען זי איז ארויסגעגאנגען אליינס זיך איינקויפן א קלייד, אבער איז צוריק געקומען מיט ליידיגע הענט ווייל זי האט נישט געקענט באשליסן וואס צו קויפן, פשוט פון שרעק אז עס וועט מיר נישט געפעלן... און אויב איז דאס נישט גענוג, קענט איר זיך אליינס פארשטעלן אז די קליידער וואס איך האב געוואלט אז זי זאל קויפן זענען געווען קליידער פאר "מיר", נישט פאר איר. איך האב איר געוואלט זעהן אין די קליידער, איינרעדנדיג זיך אין מיין פאנטאזיע אז אויב זי וועט דאס טראגן, וועט עס מיר העלפן נישט קוקן אויף אנדערע. אדער אויב וויל איך זיין אויפריכטיג: קליידער וועלכע רייצן אן מיין תאוה.

און איר קלערט אז דאס איז שוין אלעס? עה. ווי איך האב פריער געשריבן, איז דאך א שאפינג מאלל (אדער א שאפינג גאס) דאס בעסטע גארטן ווי צו שניידן לאסט, פון אלע קאלירן און פון אלע פלעיווארס. דער מציאות האט געווענליך נאר צוגעלייגט צום זויערן טעם פון די גאנצע שאפינג אויספלוג. בשעת איך בין אנגעטרונקען פון לאסט פרוביר איך צו געוועלטיגן אויף איר, דורכן שפילן דעם שפיל אז איך טריי פשוט צו זיין גוט צו איר און אז איך זארג זיך פאר איר. ווידער זי האט געדארפט זיין משוגע נישט צו זעהן אז איר מאן איז אינגאנצן לא בעלמא הדין.

ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו ריקאווערן איז דאס געווען פון די ערשטע זאכן וואס איך האב אויפגעגעבן. איך האב אויפגעהערט אריינצושטעקן מיין נאז אין אירע מלבושים. פאר ארום א יאר און אהאלב בין איך נישט געגאנגען מיט איר איינקויפן מלבושים און איך האב זייער קלאר געמאכט פאר איר אז איך וויל זי זאל קויפן "וואס זי וויל" און נישט טראכטן איבער וואס איך וויל. און איך האב באמת אזוי געטון. וואס זי האט געקויפט בין איך געווען צופרידן און איך האב איר קאמפלימענטירט אויף דעם און עס געמיינט ערנסט.

עס האט איר גענומען אסאך צייט זיך צו באפרייען פון מיין טעראר (און איך בין זיכער אז עס וועט איר נאך געדויערן א שיינע שטיק צייט ביז זי וועט זיין גענצליך באפרייט פון דעם). נעכטן בין איך דאס ערשטע מאל מיטגעגאנגען מיט איר אין מאלל איינקויפן קליידער, ווייל זי האט דאס געבעטן. איך בין געווען דארט לעבן איר און זיך נישט אריינגעמישט מיט גארנישט און נישט פרובירט צו שטופן צו קויפן סיי וואס אימער. איך האב פשוט פרובירט צו זיין דארט פאר איר, אינגאנצן. און פארשטייט זיך, אן שלינגען עמערס לאסט פון אלע זייטן.

און ווען זיך האט צום סוף מחליט געווען אז זי טרעפט נישט עפעס אינטערעסאנט און דעריבער קויפט זי גארנישט, האב איך עס רואיג אנגענומען. איך האב איר געזאגט – און עס געמיינט – אז אויב איז דאס וואס זי וויל און זי שפירט אזוי, בין איך זיכער אז דאס איז גוט און אזוי דארף זיין און איך בין באמת צופרידן אז איך האב געהאט דאס געלעגנהייט ארויסצוגיין מיט איר און צו זיין מיט איר אן קיין שום חשבון צו זי קויפט יא עפעס צו נישט.

וואס זאל איך אייך זאגן. עס איז נישט דא קיין שום וועג אויף דער וועלט, אז איך, דער סעקס און לאסט עדיקט, וואס מוז געוועלטיגן אויף יעדן און קאנטראלירן אלעס, זאל קענען גיין שאפינג מיט מיין ווייב, אין א מאלל אנגעפולט מיט גאלאנען פון לאסט, און איך זאל נישט לאסטן און נישט פרובירן צו קאנטראלירן יעדן טריט אירע.

דאס איז געווען עפעס א סארט וואונדערליכע איבערלעבעניש וואס איך קען נישט שילדערן אין ווערטער. די איינציגסטע ווערטער וואס איך קען יא שרייבן איז: א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?