מאנכע האבן אנגעפרעגט איבער די דאזיגע עניינים. וויבאלד די מיינונגען איבער די זאכן לויפן צו עקסטרעמען און די נושאים זענען זייער הייסע פאליטישע נושאים, האט עס אריינגעברענגט א געפערליכע צומישעניש אויך ביי היימישע אידן און גאר אסאך אינגעלייט טרעפן זיך מיט א פראבלעם און האבן נישט צו וועמען צו רעדן און וועמען צו פרעגן.
דעריבער, אזוי ווי מען האט אנגעפרעגט איבער דעם נושא וויל איך עס בארירן אין דעם ארטיקל.
איך גיי אדרעסירן דעם נושא טאקע דערפאר ווייל איך אליינס לייד אויך אויף דעם. איך וויל זיך נישט באהאלטן, ווי טייל האבן זיך אפגערעדט אז יעדער שעמט זיך מיט דעם און קיינער קומט נישט ארויס רעדן דערוועגן, אפילו דא אויפן זייטל. וויל איך דוקא יא ארויסקומען און רעדן דערוועגן.
דיסקלעימער
איך גיי מאכן א קורצע סטעיטמענט איידער איך גיי שרייבן: איך בין נישט קיין דאקטער און נישט קיין פראפעסאר איבער דעם נושא. איך בין א מענטש, א אידיש קינד וואס ליידט אויף דעם פאר גאר אסאך יארן. אלס אזא איינער האב איך געטון אסאך אין דעם נושא און גערעדט מיט פארשידענע עקספערטן. געבויעט אויף מיין ריסוירטש און אויף מיין אייגענע עקספיריענס האב איך אנטוויקלט מיין מיינונג איבער דעם נושא און דאס איז וואס איך שרייב.
*
ובכן. עס זענען דא מענטשן וואס האבן א משיכה צום זעלבן מין ווי די וואס זיי זענען. און ביי אונז, מענער, איז דא אסאך וואס האבן א משיכה, א סעקשועל משיכה, צו אנדערע מענער. אין די גוי'אישע גאס ווערט דאס אנגערופן געי (א משיכה נאר צום זעלבן מין), אדער ביי (א משיכה צו ביידע מינים). און מאנכע האבן אנגעפרעגט איבער דעם נושא, זוכנדיג אחים לצרה.
א
אני לכשעצמי, בין קלאר אז עס עקזיסטירט נישט אזא מין זאך ווי געי. יא, עס זענען דא טויזענטער, און אפשר מיליאנען מענטשן וואס האבן א משיכה צו מענער. אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען געי.
געי איז א פאליטישע טערם, עס איז א פאליטישע ווארט. געי מיינט אז דער מציאות פון מיין גאנצער וועזן איז, אז איך מוז האבן סעקס מיט מיין מין. פונקט אזוי ווי איך, אלס בן אדם, אלס באעפעניש פון דעם מענטשליכן מין, קען איך נאר לעבן אויף די יבשה און נישט אין ים. פונקט אזוי קען איך נאר האבן סעקס מיט א זכר. פונקט אזוי ווי איך, אלס באשעפעניש פון מענטשליכן מין מוז זיין ווארעם און איך קען נישט לעבן ביים נארט פאול אדער ביים סאוט פאול, כאטש די פענגווינס און די פאולער בערן (און נאך אפאר) קענען יא אן קיינע הייזער מיט הייצונג, דאך קען איך דאס נישט באווייזן. און אויב איך וועל פרובירן וועל איך שטארבן. דאס זעלבע זאגן זיי, אז איך, אלס געי באשעפעניש, קען נישט האבן סעקס מיט א נקבה, נאר מיט א זכר.
איז צום ערשטן איז וויכטיג צו פארשטיין, אז דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך אזוי צו האלטן. פארוואס? זייער פשוט. ביז אין די זיבעציגער יארן, איז האומאוסעקשועליטי געווען א קלאסיפיצירט אלס א מענטאל דיסארדער. דאס מיינט: א געוויסע סארט שגעון. א קראנקהייט. און א קראנקהייט קען מען היילן. אדער לפחות דארף מען פרובירן.
וואס איז געשעהן נאכדעם? אסאך מענטשן וועלכע האבן זיך געטראפן לעבן מיט אזא מציאות אז עס ציעט זיי דוקא זייער מין און נישט דער פארקערטער מין, האבן נישט געקענט פארנעמען דעם מציאות אז זיי ווערן קלאסיפיצירט אלס קראנק. צו זיי האבן נישט געוואלט ארבעטן אויף זיך, צו זיי האבן פרובירט און עס איז נישט גלייך געלונגען, קען אפילו זיין אז טייל האבן געמיינט גוט, אבער דאס איז נישט נוגע אהער. דער עיקר איז אז דער ציפער פון מענטשן איז כסדר געוואקסן און מיט דעם איז אוועקגעפאלן זייער בושה.
עס האט זיי אויך אסאך געהאלפן אז פארשידענע מענטשן האבן דיסקרימינירט אקעגן זיי, און אפילו באגאנגען פארברעכנס קעגן זיי. עד כדי הריגה. יא, ליידער האבן פארשידענע מענטשן גענומען דאס געזעץ אין די האנט און אויסגעפירט געוואלדטאטן קעגן אזעלכע סארט מענטשן.
די אלע זאכן האט זיי געהאלפן זיך צאמנעמען, און זיך פארוואנדלען אין א פאליטישע כוח. איינמאל זיי האבן אנגעהויבן נוצן דעם כח פון זייערע וואוטס, ביי די שטים בודקעס, האבן עס די פאליטיקאנטן זייער שנעל דערהערט.
ב
און איך וויל דא צולייגן נאך א וויכטיגע נקודה. די גמרא זאגט אז די אידן ביים ערשטן בית המקדש האבן געוואוסט אז די עבודה זרה האט נישט קיין שום כח, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס זיי האבן געדינט עבודה זרה איז געווען: כדי להתיר להם עריות בפרהסיא.
גייט א שיינער איד אין די גאס און זעהט א שיינע פרוי און ער גלוסט צו דעם. גייט ער צו און פירט אויס וואס זיינע בהמה'שע אינסטיקטן דיקטירן אים. קומט צו אן אנדערער און שרייט אים אן: שעמסטעך נישט? אזא שיינער איד ווי דיר זאל טון אזא זאך?
וויאזוי געט מען זיך אן עצה מיט דעם. זאגט די גמרא אז די עצה איז פשוט. מען ווערט אן עובד עבודה זרה. מען בוקט זיך צום געטשקע. נו, יעצט פרעג איך אייך. ווען איר זעהט איינעם פארן מיט א קאר גאר ווילד, און ער פארט אריין אין א גאנצע מאסע פון מענטשן און צוטרעט זיי מיט זיינע רעדער. און ער שטעלט זיך נישט אפ נאר פארט אהין און צוריק, רצח'עט און הרג'עט. וועט איר צוגיין צו אים נאכדעם און אים פרעגן: היתכן איר זענט אריבערגעפארן א רויטן ליכט?
אוודאי נישט. א מענטש וואס פארט איבער אנדערע מענטשן פרעגט מען נישט פארוואס ער פארט אריבער א רויט לייט.
די זעלבע זאך איז דא, א מענטש וואס דינט עבודה זרה אפן, גייט מען נישט פרעגן פארוואס ער באצוואונגט א מיידל אדער איז מזנה מיט א אשת איש. איז דער עבודה זרה געווען זיין היתר צו פרייע סעקס.
און דאס איז דא אויך געשעהן. די מאראל אין אמעריקא איז געפערליך געפאלן, און ווי מער מען קען נארמאליזירן קראנקע סעקס, אלס ווייניגער טענות קענסטו האבן אויף מיר.
די אלע זאכן צוזאמען האבן שטארק געווירקט און עס האט געפירט דערצו אז די אמעריקאנער דאקטוירים האבן באשלאסן ארויסצונעמען האומאוסעקשואליטי פון די רשימה פון מענטאל דיסארדערס.
ג
אצינד שטעלט אייך פאר אזא זאך (באמת דארפט איר זיך גארנישט פארשטעלן ווייל עס זענען שוין געווען מערערע אזעלכע סארט באוועגונגען אויף קליינע און שטילע פארמאטן, און דערפאר זענען זיי נאך נישט אנגעקומען צו ווייט) אז גענוג מענטשן וועלן מחליט זיין אז, למשל, דער עידזש אוו קאנסענט - דער עידזש ווען עס זאל שוין זיין לעגאל צו האבן סעקס מיט אן אנדערן מענטש - דארף גענידערט ווערן צו פופצן.
כ'מיין, פארוואס נישט. א פופצן יעריג בחור'ל אדער מיידל איז עפעס נישט נארמאל? זיי ווייסן נישט אויב זיי ווילן האבן סעקס אדער נישט? אויב קלערט איר אז דאס איז משוגע. דערמאנט אייך נאר אז אין לאנדאן האט א חסיד'ישע מוסד לעצטענס געהאט ציפקע צרות ווייל זיי האבן נישט געוואלט לערנען מיט זיבן אכט יעריגע מיידלעך איבער די מציאות פון טרענסדשענדער. יא, מען מוז זיי אויסזאגן דעם אמת איבערן לעבן. אז אויב א אכט יעריגע מיידל איז עכט א אינגל איז דעם גוף פון א מיידל זאל זי שוין יעצט קענען פאסן באשלוסן. איז אויב אזוי, ווי ווייט איז דער טאג וואס גענוג מענטשן וועלן מחליט זיין אז זיי ווילן האבן סעקס מיט 15-16 יעריגע אינגלעך און מיידלעך און וועלן מאכן א איבערקערעניש איבער דעם און נוצן דעם כח פון זייער וואוטס און זיי וועלן עס באקומען. און אז מען האלט שוין דא, קען עס גיין ווייטער צו זייער דעינזשרעס ערטער. אפשר מעג מען מיט קליינע קינדער אויך. און אפשר איז מיין "אריענטעישאן", מיין מציאות אז איך מוז טון אנדערע צודרייטע זאכן. איינמאל מען נוצט דעם כח פון וואוטס צו נארמאליזירן זאכן וואס דאס געוויסן פון דאס מענטשהייט האט אלעמאל אנגענומען אלס נישט נארמאל, און מיט דעם תירוץ אז דאס איז מיין אריענטעישאן, דאס איז וואס איך בין, איז דאך אין לדבר סוף און עס קען זיך זייער שנעל ארויסקוילערן פון קאנטראל.
ד
איך בין אביסל פארקראכן, נאר איך האב געוואלט ארויסברענגען פארוואס דאס איז אזוי מסוכן. און אזוי אויך אז בס"ה דער גאנצער מציאות פון געי, איז א פאליטישע ווארט, און דער סייענטיפיק מציאות דערונטער איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן.
אבער צוריק צום נושא. עס איז אמת אז עס איז דא אזא מציאות פון האומאוסעקשואליטי. והא ראי', די תורה פארבאט עס. די תורה זאגט אז מען טאר עס נישט טאן. די תורה פארבאט נישט צו עסן צואה אדער פארדארבענע פארשטינקענע פלייש. ווייל קיינער טוט עס נישט. קיינער האט נישט אזא תאוה. אבער דא האט די תורה געוואוסט אז עס זענען יא פארהאן מענטשן וואס האבן די תאוה. ווען נישט וואלט ער עס בכלל נישט אדרעסירט.
עס איז דא א
continuum,
א רצף, א לייטער, וואס יעדער מענטש פאלט ערגעץ אריין אין דעם. אויף איין עקסטרעם איז דער מענטש וואס האט א הונדערט פראצענטיגן משיכה צום פארקערטן מין און זערא צום זעלבן, און אויף דעם אנדערן עקסטרעם איז דער מענטש וואס האט הונדערט פראצענטיגן משיכה צום זעלבן מין און זערא צום פארקערטן.
מומחים און פארשער זאגן אז עס זענען כמעט נישט פארהאן קיין מענטשן וואס זענען ביי איינס פון די צוויי עקסטרעמען. כמעט אלע מענטשן זענען ערגעץ אינדערמיט. די שאלה איז נאר ווי אויף דעם לייטער מען פאלט אויס. רוב מענטשן וועלן פאלן נאנט צו איין עק, אבער דאך זענען פארהאן גענוג מענטשן וואס פאלן אין די מיטן, אדער אפילו נענטער צום אנדערן עק.
ביי אונז היימישע אידן, וויבאלד מיר לעבן אפגעזונדערט מענער פון פרויען, ווערן מיר גאר אפט אין ישיבה אדער אין חדר צוגעצויגן צו סעקשועל אקטיוויטעטן מיט חברים און דערפאר הייבט זיך עס אן אז מען באקומט א משיכה צום זעלבן מין, אבער איין מאל מען האט חתונה איז ביי טייל וועט זיך עס טוישן און ביי אנדערע נישט.
ה
אין די גרויסע וועלט איז פארהאן אסאך ריסוירטש אויף דעם וואס ווייזט די זעלבע זאך, אז אפילו מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געצויגן צום זעלבן מין, אבער איין מאל זיי זענען געגאנען אין מיליטער, אדער אין תפיסה, און זיי האבן נישט געהאט דעם פארקערטן מין, האט דער מענטשליכע דראנג פאר פיזישער קאנעקשן גובר געווען און זיי האבן אנטוויקלט א משיכה צום זעלבן מין און געהאט סעקס מיט אנדערע מענער.
ווען זיי זענען צוריק אהיים געקומען, זענען געווען אזעלכע וואס זענען צוריק צו זייערע פרויען און אינגאנצן פארגעסן פון מענער, ווידער אנדערע זענען געבליבן מיט דעם סעקשועל משיכה צו מענער.
דער ס"ה וואס דאס ווייזט איז, אז דער גאנצער מציאות קען זיך טוישן. און יעדער קען זיך רוקן, ווי אויף דעם לייטער ער געפונט זיך.
ו
און יעצט קום איך צו צום עיקר. טיעף אין דעם מח, אין דעם וועזן פון דעם מענטש, געפונט זיך דער געברויך פאר פיזישע און עמאציאנעלע, קאנעקשאן. יעדער מענטש דארף עס האבן, יעדער מוז עס האבן, איינער מער און איינער ווייניגער, אבער ביי יעדן איינעם איז דער צורך דא. עס איז איינס פון די פונדאמענטאלסטע געברויכן ביי דעם מין האנושי. ביי טייל איז עס אזא שטארקער דראנג אז ער איז כמעט גרייט צו הרג'ענען מענטשן דערפאר און ביי אן אנדערן איז עס אויף גאר א שטילער אופן. אבער דער געברויך, דער דראנג איז דא.
ווען דער מענטש פארשטייט דאס, און ער איז ביי זיך געזונט אין דעם עמאציאנעלן טייל פון זיין לעבן, פארשטייט ער אז דער געברויך קען נאר פארפולט ווערן דורך א אמת'ע, לאנג טערמיניגע קאנעקשאן, וואס קומט דורך מקיים זיין וקנה לך חבר. דורך דעם וואס מען אינוועסטירט אין א פריינטשאפט, בויעט זיך א טיעפער עמאציאנעלער קאנעקשאן און דאס טוט פארפולן דעם געברויך.
מיט א חבר פארפולט עס דער געברויך אויף איין וועג, און מיט די ווייב גייט עס ווייטער און עס ווערט סעקשועל. אזוי האט דער בורא כל עולמים באשאפן זיין וועלט.
יעצט אבער, ווען דער מענטש איז נישט עמאציאנעל געזונט, אדער רייף. ווייסט ער נישט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם, און ווייל די צוויי זאכן, עמאציאנעלער קאנעקשן און סעקס, זענען זייער נאנט פארבונדן, דערפאר וועט ער סעקשועלייזן געוויסע רילעישאנשיפס, און זיין מוח וועט וועלן מאכן א שארט קאט און ערפולן דעם טיעפן געברויך פאר קאנעקשאן, דורך סעקס.
ז
דאס איז א נארמאלע ערשיינונג. ביי טייל וועט דאס זיין אויף א לייכטן אופן, און ביי אנדערע ווערט דאס א עדיקשאן וואס דאן ווערט עס מסוכן. עס נעמט איבער דעם מענטש און ווערט זיין בעה"ב און ברענגט אים אן צרות יגון ואנחה. אבער דער ערשיינונג דערפון איז נארמאל. נאכאמאל, נישט דאס אויספירן די סארט הנהגות. דאס דארף מען אויפהערן און מען דארף ארבעטן אויף דעם. אבער דער מציאות אז דער מענטש זאל אזוי שפירן איז נארמאל.
לדעתי איז נישט דא אין דעם קיין שום בושה. איך האב נישט געקליבן צו זיין אזוי און צו האבן דעם משיכה. נאך מער. גאר אסאך ריסוירטש ווייזט אז פארשידענע זאכן אין לעבן וועט האבן א דירעקטע השפעה אויף דעם. למשל, האבן א אביוסיוו טאטע קען פירן צו אנטוויקלען א משיכה צו סעים סעקס, די זעלבע איז מיט א מאמע וואס איז צו נאנט אדער עמאושאנעל נישט געזונט אויף אנדערע אופנים. ליידן רדיפות פון אינגלעך אין חדר איז אויך הויך אויף די ליסטע.
אבער אפילו די טייל וואס האט יא צו טון מיט דעם גענעטישן געבוי פון דעם מענטש, איז אויך נישט עפעס וואס איך האב געקליבן. דער סוף פסוק איז אז דער רבונו של עולם האט מיר געגעבן דעם מצב אז איך זאל ארבעטן אויף דעם. דאס איז מיין עבודה. און דערפאר איז נישט דא מיט וואס זיך צו שעמען.
מיט וואס איז ווייניגער בושה נאכצולויפן יעדן סקוירט און יעדן ברוסט ווי יעדן זכר? לדעתי איז עס גארנישט מער אדער ווייניגער בושה. און דערפאר טאקע שרייב איך דא וועגן דעם. ווייל איך וויל ארויסברענגען פאר אנדערע אויך אז עס איז נישט קיין בושה. דו האסט זיך נישט גענומען דעם פראבלעם, דער באשעפער האט עס דיר געגעבן. און מיר אלע זענען געקומען דא צו ארבעטן אויף דעם פראבלעם, אויף דעם פעקל וואס קודשא בריך הוא געבט אונז.
און דא הייבט זיך אן די ארבעט פון אויסארבעטן דעם אינעווייניג. ארבעטן אויף די פחדים, אויף דעם סעלף עסטיעם, אויף די זעלבסט ווירדע. עס הייבן צוביסלעך. ארבעטן אויף די מידות: קנאה, תאוה, כבוד, עצלות, קבלת עול, הכנעה, הכרת הטוב וגו' וכו'. זיך היילן די עמאשאנעל וואונדן וואס מען האט זיך איינגעהאנדלט במשך די יארן אדער וואס מען איז געבוירן דערמיט.
און דאס איז נישט קיין אווערנייט מיסיע, עס איז א מיסיע פארן לעבן. עס קען געדויערן יארן ביז מען קומט אן צו א לעוול פון געזונט אז דאס זאל זיך טוישן. און עס פאדערט אסאך עבודה. אסאך געדולד און אסאך תפילה. אבער די שוועריגקייט מיינט נישט אז מיר דארפן נישט טרייען, אז מיר דארפן נישט ארבעטן אויף דעם. פארקערט, פון דעם וואס עס איז אזוי שווער, פון דעם קענען מיר זעהן ווי חשוב דאס איז ביים באשעפער. און אז דאס טאקע איז אונזער עבודה.
און דער מציאות ווייזט, אז די מענטשן וואס געבן נישט אויף, און האלטן זיך מיט עקשנות און ארבעטן אויף זיך אן אויפהער, כסדר נאך און נאך און נאך, די מענטשן קומען אן צו א הויכן לעוול פון עמאציאנעלע געזונט, און אלעמאל ווען זיי קומען אן צו דעם, וועט זיך זייער משיכה צום פארקערטן מין פארשטארקן. און די משיכה צום זעלבן מין ווערן ווייניגער.
ח
איך וויל צוענדיגן מיט א וויכטיגע נקודה:
דער וועג וויאזוי אייער משיכה שטעלט זיך ארויס, איז לגמרי נישט קיין נפק"מ. עס זענען דא מענטשן וואס האבן א משיכה צו גאר אינגע, ווידער אנדערע האבן דוקא א משיכה צו עלטערע, און אפילו צו באבעס.
איך האב אמאל גערעדט מיט אן עלטערן בחור (ארום דרייסיג יאר אלט) און ער האט מיר פארציילט אז ער זוכט דוקא עלטערע מענער. נאר אזעלכע וואס האבן גרויסע ווייסע בערד. (ער האט אפילו נישט געכאפט אז דאס האט עפעס א פארבינדונג מיט דעם וואס ער איז געווען פאר פילע יארן א סעקס סלעיוו פאר זיין מנהל אין חדר וואס האט פונקט אזוי אויסגעזעהן.)
איך האב שוין אפילו געהערט פון אזא מציאות פון מענטשן וואס האבן א משיכה דוקא צו געוויסע סארט לבושים, ווי למשל, א רבי'שע לבוש. דער נקודה איז, אז א סעקשועל משיכה קען זיך אויסשטעלן אויף הונדערטער, אויב נישט אויף טויזענטער, אנדערע אופנים. דער אונטערליגענדער פראבלעם איז די זעלבע.
און דאס איז פונקט אזוי נוגע צו מיינארס. צו מינדעריעריגע. עס האט מיר לעצטענס געפרעגט א היימישער אינגערמאן. א פרישער אינגערמאן, גלייך נאך די חתונה. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין עכטע סעקשועל משיכה צו מענער, נאר צו פרויען.
און ער פרעגט מיך מיט א פשטות. אז גאר אפט שפירט ער יא א שטיקל משיכה צו אינגע בחורים, און ער לייגט צו מיט א פשטות, אז ער פארשטייט אז עס איז אן עקסטענשאן פון תאות נשים, אבער אזוי ווי ער האט עס וויל ער וויסן וואס ער קען טון זיך אן עצה צו געבן מיט דעם עס זאל אים נישט שטערן.
דאס ווייזט נאכאמאל די זעלבע זאך. עס איז פשוט אז ביי אינגע, פרישע בחורים איז עס גרינגער זיך צו אנטוויקלען אן עקסטענשאן פון תאוות נשים ווי ביי עלטערע מענער.
וויאזוי אייער פראלבעם קלאפט אויס, הייבט אן ארבעטן אויף דעם. עס איז קיינמאל נישט צו פרי און עס איז אוודאי קיינמאל נישט צו שפעט.