לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםגעצייגן
זיך פארקילט מוצאי יום כיפור
זיך פארקילט מוצאי יום כיפור

אסאך מענטשן פאלן נאך יום כיפור. פארוואס, וואס ברענגט דאס און געדאנקען איבער וויאזוי מען קען דאס אויפהערן

עודכן לפני יותר מ-6 שנים

אזוי האב איך זיך פארקילט מוצאי יום כיפור

היינט, מוצאי יום כיפור, נאך לאנגע שעות שטיין ביים עמוד און דאווענען, און די געזאנג און דער איבערגעפולטער שול, בין איך געווען גוט פארשוויצט, און נאכ'ן אויספאסטן בין איך ארויס אויף דער קילער גאס כאפן אביסל לופט, און גלייך איז מיר אריין אין קאפ דעם געדאנק איבער וואס צו שרייבן. איך וועל שרייבן איבער דעם וועג וויאזוי איך האב זיך פארקילט. אבער נישט פיזיש, נאר ברוחניות. איך וועל שרייבן איבער דעם וועג וויאזוי מיין מחלה איז נאר געווארן שווערער און ערגער נאך יעדן ערנסטן פרואוו פון מיין זייט זיך צו דערהייבן און שטייגן אין קדושה.

אלזא, יום כיפור פאריאר: שמע ישראל... ברוך שם... ה' הוא האלוקים... איך בין מרוגש, מיינע געפיהלן זענען צושטורעמט. איך וויין און איך בעט זיך ביים באשעפער אז דאס יאר זאל זיין אנדערש, אז נאך יום כיפור זאל נישט פאסירן וואס האט פאסירט נאך ראש השנה. אז כאטשיק דאס יאר זאל איך זיך קענען האלטן ריין און נישט אנקומען צו אזעלכע פלעצער ווי איך וויל נישט. דאס איז דאס איינע מאל אין יאר וואס איך לאז מיינע טרערן רינען פריי, יעצט, ממש פארן ענדיגן דעם גרויסן טאג.

ביי אונז זינגט מען גאר א שטורעמדיגער ניגון ביים לעצטן שטיקל פאר תקיעת שופר און דעמאלס לאז איך אלעס ארויס. דעמאלס לאז איך מיינע טרערן פליסן און איך בעט זיך ביים באשעפער מיר צו געבן כח איך זאל שוין אמאל קענען אויפהערן.

מען דאווענט מעריב, מען מאכט הבדלה, איך עס עפעס און איך גיי ארויס אויף די גאס. און דעמאלס כאפט עס מיך: בשעת ווען איך בין געווען אינעווייניג, אזוי מרוגש, געכאפט מלאכים. איז דא אינדרויסן געווען עולם כמנהגו נוהג. עס האט גארנישט אפעקטירט די איבריגע וועלט. אזא שאק. איך בין ווי באגאסן געווארן מיט א טאפ קאלט וואסער. פון איין זייט באבלט נאך ביי מיר אין הארץ די הרגשים און דאס התלהבות, און פון די אנדערע זייט ציעט מיך שוין צו קוקן, איך וויל שוין ווארפן בליקן דא און דארט.

עס איז נישט קיין נפקא מינא צו איך האב נאך אנגעצויגן ביזן ערשטן טאג סוכות אדער עס האט אפילו נישט אנגעהאלטן ביז אהין. דער פוינט איז אז גאנץ שנעל בין איך צוריק געווען 'דארט'. און דעמאלס, אין די שרעקליכע קאלטע, פארפרוירענע טעג, פרוביר איך צוריק צו טראכטן איבער דעם ווארעמען געפיהל פון יום כיפור. איבער די התרגשות פון תפילת נעילה, איבער די געוויינען ביי דעם פייערדיגן ניגון. און עפעס שטימט מיר נישט דא (היינט פארשטיי איך שוין אז עס שטימט שוין איין מאל). ווער איז דער עכטער "איך". איז דער עכטער 'איך', דער וואס וויל זיך דערהייבן ביי דעם ניגון און זיין דבוק אין אויבערשטן, אדער אפשר גאר איז דער עכטער 'איך', דער וואס ווערט געצויגן צו לאסט מיט עפעס א מיסטעריעז-מעכטיגן כח?

און אט דער פאראדאקס, אט דער סתירה, וואס האט מיר צוגעברענגט זיך צו שפירן ווי א צוטיילטער פערזאן, האט נאר פארערגערט דעם פראבלעם און דעם מחלה. ווי העכער דער עליה איז געווען, וואס שטערקער דער התעוררות, אלס טיפער בין איך געפאלן און אלס שווערער איז דער טראסק דערנאך געווען. פונקט ווי ארויסגיין פון א פיינעם אנגעהיצטן שטוב, צו דער פארפרוירענער גאס. אוודאי האב איך זיך פארקילט.

און אט דער כישוף ראד האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט. עס זענען געווען יארן וואס איך האב זיך אפגעמאכט אז איך גיי נישט נתרגש ווערן, איך גיי נישט נתעורר ווערן. איך וויל נישט פאלן נאכאמאל. בעסער נישט ארויפגיין און אויך נישט אראפפאלן. אבער ווען עס איז געקומען למעשה האב איך פשוט נישט געקענט. דער מחלה איז מיר געווען אזוי ביטער און די ימים נוראים האב דאך אויסגעזעהן ווי אזא גוטער צייט זיך ארויסצוזעהן פון דעם, צו מאכן ענדליך א סוף צו דעם, אז איך האב פשוט נישט געקענט ארויסלאזן דעם געלגענהייט.

בין איך אלזא נאכאמאל ארויף, און פארשטייט זיך, נאכאמאל געטראסקעט. ווידער איז דער הארץ מיר פארפרוירן געווארן.

און אט רוקט זיך אן דאס היי יעריגע יום כיפור. א חסד פונעם באשעפער, וואס איז אינגאנצן נישט זעלבסט פארשטענדליך. איך האב זוכה געווען אנצוקומען צום יום כיפור מיט 279 ריינע טעג. צום שטוינען. נו, איז וואס וועל איך טון דאס יאר אום יום כיפור? איך ווייס אז עס איז נישט מיין תפקיד זיך צו שטעכן אין הארץ ביי קריאת התורה פון מנחה, און עס איז אויך נישט מיין דזשאב זיך צו צוברעכן ביי יעדן על חטא און יעדעס מאל מען זאגט "חטאנו צורנו". אבער דאך, עס איז דאך יום כיפור...

איז אפשר דעמאלס זאל איך פשוט תשובה טון אויף מיינע אנדערע עבירות, אזוי ווי למשל לשון הרע וכדו'?

אבער דאס מאכט מיך באלד לאכן. עס מאכט מיך שפירן ווי א מענטש וועמען מען האט געשטעלט צום משפט פאר'ן הרג'ענען זיין חבר. אבער צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ער האט גארנישט געטאן. נישט ער איז געווען דער רוצח. גייט מען און מען שטעלט אים דעמאלס צום משפט אויף דעם וואס אויפן וועג אהין (ווי ער האט פאקטיש קיינעם נישט אומגעברענגט) איז ער אריבערגעפארן א רויטן לעמפל. נו, דאס איז דאך שוין א דזשאוק.

נאך יארן וואס איך וויין אזוי ביטערליך אויף די ערגסטע, שרעקליכסטע עבירות, פלוצלינג ווער איך געוואר אז איך בין גאר קראנק (וואס ברענגט מיך טאקע זיך צו ערהוילן און פאקטיש אויפהערן טון יענע צוואנגהאפטיגע מעשים), זאל איך יעצט וויינען אויף די קלייניגקייטן?

ערב יום כיפור האט מיר א חבר באלאכטן די אויגן ווען ער האט מיר אזוי איידל ערקלערט, אז יום כיפור איז נישט א טאג צו וויינען דארט ווי עס שמעקט מיר, דארט ווי עס הערט זיך גוט. עס איז א טאג וואס מען טוט וואס מען דארף. ער האט פארציילט א מעשה אויף דעם הייליגן בעל התניא וועלכער האט זיך אמאל אין מיטן יום כיפור אפגעשטעלט אינמיטן דאווענען און ארויס אויפן פעלד האקן האלץ צו קענען אפקאכן א זופ פאר א שוואכע, עלנדע קימפעטארין.

וואס גייט דא פאר, מען האט נישט געקענט שיקן א צווייטן? ער האט שוין נישט געהאט ווער עס זאל עס טאן אז ער האט געמוזט מפסיק זיין פון זיין גרויסע עבודה אין אזא הייליגן טאג? נאר דער בעל התניא האט געוואלט מאכן א פוינט דא. יעדער איד וויל "שפירן" אום יום כיפור. יעדער וויל זיין אין שול, וויינען, נתעורר ווערן, זיך בעטן, און זיך אפילו שפירן ווי א חוטא ופושע. אזוי זענען מיר. אבער דער בעל התניא האט דאס אלעס איבערגעלאזט און געגאנגען טון וואס מען דארף.

ווייל יום כיפור איז נישט א טאג צו טון "וואס איך וויל" (אפילו ווען דאס איז דוקא הייליגע געהויבענע זאכן) נאר א טאג וואס מען דארף טון דאס וואס דער באשעפער וויל פון אונז. און טאקע דערפאר, אויב דאס יאר יום כיפור דארף איך דוקא זיך נישט שפירן א חוטא, וועל איך נישט שפירן אזוי. און כאטש וואס יום כיפור אן שפירן זינדיג איז כמעט ווי פסח אן קיין מצות, אבער אויב דאס איז וואס איך דארף טון, איז דאס וואס איך וועל טון.

איז וואס וועל איך יא בעטן יום כיפור? אה, גאר אסאך. איך וועל בעטן פאר נאך איין ריינעם טאג!

האם קיבלת תשובה לשאלתך?