לדלג לתוכן הראשי
כל האוספיםחיזוק
שעשה לי נס - בימים ההם בזמן הזה
שעשה לי נס - בימים ההם בזמן הזה

די ריזיגע חילוק פון חנוכה לעכט נאך א נפילה, ביז א חנוכה לעכט צינדן מיט 6 ריינע יאר אונטער זיך, און דער ווילן עס אלעמאל צו געדענקען

עודכן לפני יותר משבוע

(געוואלדיגע שורות באקומען פון א מעמבער)

בס"ד

צו די שורה פון ימים טובים אין וועלכע מען זאגט די ברכה שהחיינו די ערשטע צוויי טעג, האט זיך צוגעשטעלט ביי מיר דער יום טוב חנוכה. אין כ"ה כסליו זאג איך דעם ברכה שהחיינו אויף דעם וואס מיר צינדן די ערשטע חנוכה לעכטל, און דעם אנדערן טאג, כ"ו כסליו מאך איך נאך א שהחיינו אויף דעם גרויסן נס וואס דער באשעפער האט געטון מיט מיר, אז איך בין אריבער נאך א ריינעם יאר. נעכטן נאכט האב איך זוכה געווען נאכאמאל צו זאגן דעם שהחיינו נאך זעקס יאר פון ריינקייט. און מיין פערזענליכער נס איז פיל גרעסער און פיל חשוב'ער ווי דער נס חנוכה.

פאר זעקס יאר צוריק, אין דעם ערשטן נאכט חנוכה האב איך געצונדן די חנוכה לעכט מיט מיין פאמיליע און איך בין געווען א צובראכענער שארב. איך בין דארט געווען מיט מיין גוף, אבער מיין נשמה איז געווען ווייט ווייט אוועק פון דארט. איך בין נישט געווען "אנוועזנד", איך האב זיך געשפירט צושפליטערט אויף פיצלעך, איך האב זיך געשפירט פאלש, אבער דאס ערגסטע – איך האב זיך געשפירט האפענונגסלאז.

נעכטן אבער, פונקט זעקס יאר שפעטער, האב איך נאכאמאל געצונדן חנוכה לעכט מיט מיין פאמיליע. איך בין געווען דארט מיט זיי, בגוף ובנפש, מיר האבן געזונגען, געטאנצען און אפילו געשפילט דריידל צוזאמען. איך האב געזאגט פאר די קינדער אז איך האב זיי ליב, און איך האב עס באמת געשפירט, איך בין נישט אנטלאפן צום סעלפאון, איך האב זיך נישט געיאגט צו די ארבעט וועלכע ווארט אויף מיר אזוי וויכטיג. איך האב געשפירט אז דער באשעפער געפונט זיך דארט מיט מיר, ער האט מיך ליב און פירט מיך.

זעקס יאר, ווער וואלט זיך דאס געגלייבט...

איך טראכט צוריק אויף די יארן און אזוי פיל מחשבות לויפן מיר אריבער אין מח. אבער פאר עפעס א סיבה איז די שטערקסטע מחשבה וואס קומט מיר יעצט אויפן געדאנק, עפעס וואס שטייט אין דעם גרויסן בוך (אלקאהאליקס אנאנימוס), אין די הבטחות פון סטעפ 9. "מיר וועלן נישט חרטה האבן אויף דעם פארגאנגענהייט און וועלן נישט פרובירן צושפארן דעם טיר אויף עס". און די סיבה דערצו איז, ווייל דער דאזיגער פארגאנגעהייט ווערט איבערגעדרייט און ווערט איינס פון אונזערע חשוב'סטע פארמעגנס וואס מיר פארמאגן אין לעבן. ווייל נעכטן נאכט, איז די איינציגסטע פלאץ צו וועלכען איך האב געהאלטן אין איין צוריק גיין אין מיינע מחשבות איין מאל און נאכאמאל, איז מיין לעצטע נפילה. די נפילה וואס האט מיך געברענגט צו ווערן גרייט צו טוהן וואס אימער מען וועט מיר נאר הייסן – אבי איך זאל זיך ערהוילן און ענדיגן מיט דעם שרעקליכן גיהנם.

און דער דאזיגער ווייטאג, כאטש וואס עס איז שוין פארביי זעקס יאר זינט דאן, איז נאך אלץ דער קראפט וואס שטופט מיך צו טוהן די פעולות אפילו היינט. און איך בעט ביים באשעפער אז ער זאל לאזן דעם דאזיגן ווייטאג פריש אין מיין מח, אזוי ווי אין יענעם כ"ה כסליו תשע"ב. נישט אז דער ווייטאג וועט מיר גורם זיין נישט צו פאלן, אינגאנצן נישט, אבער עס וועט מיר יא העלפן טוהן די פעולות וואס דורך זיי וועל איך בלייבן ריין.

בדרך כלל איז צייט גאר א גוטער היילער. מיט די פארבייגייענדע צייט פארגעסן מענטשן צוביסלעך פון זייערע ווייטאגן וואס זיי זענען אריבער. אזוי האט דער באשעפער אונז באשאפן און עס איז א גוטע זאך, ווייל אן דעם וואלטן מיר ביטערליך געליטן אונזער גאנצער לעבן. יעדער ווייטאג וואס מיר וואלטן אריבער, יעדער אומגליק, יעדער צרה, יעדער טויט אין די פאמיליע אדער צווישן פריינט, וואלט געבליבן מיט אונז און אונז באגלייט שטענדיג מיט דער פולער קראפט און מיר וואלטן פשוט נישט געווען מסוגל צו לעבן א נארמאלן לעבן. אבער דא דווקא בין איך זייער אינטערעסירט צו געדענקען דעם ווייטאג, און טאקע מיטן גאנצן שטארקקייט. אזוי ווי עס איז געווען. און איך וויל נישט אז עס זאל אויסוועפן און פארגעסן ווערן מיט די צייט וואס גייט פאריבער.

זעקס יאר איז אסאך צייט, און אין די צייט בין איך געווען עדות צו הונדערטער נסים פון מענטשן וועלכע זענען אנגעקומען אזויווי איך, צופליקט און צובראכן אויף שטיקער און היינט זענען זיי ריין, גליקליך און צופרידן. דער דאזיגער נס האט פאסירט, פאסירט אצינד און וועט ווייטער פאסירן אין דעם זכות און מיט דעם חסד פון אונזער גרויסן באשעפער - און עס איז בכלל נישט זעלבסטפארשטענדליך - אז דער באשעפער זארגט זיך אזוי פאר אונז און האט אונז געשיקט דעם שליח אין פארם פון דעם ארגאניזאציע "היט דיינע אויגן". דער ארגאניזאציע און די מענטשן פון "היט דיינע אויגן" זענען געווען פאר מיר א לייכט טורעם אין דעם פינסטערניש, און זיי טוען עס ווייטער היינט פאר פילצאליגע אנדערע. אין אזא טאג פון פערזענליכן חשבון הנפש מוז איך אויסדרוקן מיינע דאנקוואונטשן פאר יחזקאל און יעקב - די אנפירער פון דעם ארגאניזאציע, און פאר אלע אנדערע וועלכע געבן פון זיך פאר אנדערע, ווייל אן זיי וואלט איך נישט געווען דא היינט.

האם קיבלת תשובה לשאלתך?