דאס איז איינס פון די קאנפליקטן פון רעקאווערי (לכל הפחות אין מיינע אויגן). פון איין זייט – די אלע אינפארמאציע גייט מיר גארנישט העלפן, אבער פון די אנדערע זייט – אן די אינפארמאציע טו איך גארנישט. קומט אויס אז פון איין זייט דארף איך מיר שטענדיג איינ'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל אלעס וואס איך ווייס איבער די ווייטאג פון דעם מחלה און איבער דעם זיסקייט און פרייהייט פון רעקאווערי. אבער פון די אנדערע זייט קען דאס זיין זייער מסוכן, ווייל אויב איך וועל ווערן גענוג איבערצייגט, קען איך נאך אנהייבן גלייבן אז איך וויל שוין אזוי שטארק מער נישט לאסטן, אז עס איז נישטא מער קיין אויסזיכט אז איך זאל זיך אזוי באנארישן און פאלן.
דער פאקט איז אבער, אז קיין שום אינפארמאציע, אפילו די ריכטיגע אינפארמאציע, קען מיר נישט העלפן בלייבן ריין. אפילו ווען איך ווייס אזוי גוט און אזוי אויסגעצייכנט וואס די תוצאות פון פאלן וועלן זיין, און ווי שרעקליך מיין מצב וועט אויסקוקן, און אפילו איך ווייס און פארשטיי אז מיין איינציגסטער מעגליכקייט פאר א נארמאלע לעבן איז צו בלייבן ריין, וועט דאס מיר גארנישט העלפן ווען איך שטיי פנים אל פנים מיט דעם תאוה.
און דאס וואס איך זאג דא איז נישט סתם עפעס אזא טעאריע וואס מען קען דאס דעבאטירן אין א וואוסנשאפטליכער שטודיע אדער אין קאלעדש און אוניווערזיטעט. דאס איז א מציאות, א הארטער פאקט. דאס איז דער איינציגסטער מציאות וואס מיין אייגענער לעבן האט מיר איבערצייגט אויף הונדערט פראצענט.
עס אינטערעסירט מיך אינגאנצן נישט צו די פסיכאלאגן האלטן אז איך קען יא אדער נישט אויפהערן, מיך אינטערעסירן נאר פאקטן. און מיין היסטאריע ווייזט אויף קליפ און קלאר אז אפילו ווען איך בין אויסגעשטאנען נאר צו פארלירן פון פאלן, און נאר צו פארדינען פון בלייבן ריין, בין איך נאך אלץ געפאלן.
מיין גאנצער שטוב האט געהאלטן פאר'ן צאמפאלן און מיין גאנצער לעבן איז געווען אויפן וועג צום שווארצן אפגרונד אבער איך האב נישט פארמאגט די כח, די קראפט, וואס זאל מיך קענען אפשטעלן. איך האב אזוי נישט געוואלט פאלן, אהוי וויפיל איך האב געוואלט, מיט מיין גאנצער וועזן האב איך זיך געוואלט האלטן, ווייל איך האב אזוי גוט געוואוסט וואס עס באדייט פאר מיר צו פאלן, פון דעסטוועגן, ווען עס איז אנגעקומען, איז עס געווען שטערקער פון מיר.
און טאקע וועגן דעם, ווען איך נעם דעם ערשטן סטעפ (פון די צוועלעף סטעפס) און איך בין מודה אז איך בין מאכטלאז אקעגן דעם תאוה, איז דאס נישט עפעס אזא מין טריק, אזא לחש, אדער אז איך דארף עפעס מסכים זיין מיט עפעס א געוויסע פסיכאלאגישע שיטה און מהלך. ניין, ביי מיר איז דאס דער פשוט'ער מציאות און ערפארונג פון מיין לעבן.
קומט אויס, אז די אינפארמאציע גייט מיר נישט העלפן, אבער מיט דעם אלעם, אן די אינפארמאציע, וועל איך אויך נישט טאן די ריכטיגע פעולות וואס קענען מיר יא העלפן. אפשר קען זיין דער געדאנק, אז די פארשטאנד וועט מיר טאקע גארנישט העלפן קעגן די תאוה, אבער עס וועט מיר יא העלפן זיך פאראויס ריקן אין מיין רעקאווערי? אפשר איז דאס עפעס א שטיקל שכל'דיגע הסבר.
אלזא, די אינפארמאציע וואס איך פרוביר אריינצושטופן אין מיין קאפ די לעצטע שטיק צייט איז, אז די תאוה וועט מיר נישט לייזן קיין שום פראבלעם. למשל, נעכטן האב איך געהאט א שווערן טאג אינדערהיים, און פלוצלינג – אזוי אן קיין שום ווארענונג – האב איך געהערט א קליינטשיגע פייגעלע וואס איז אויף עפעס אן אופן אריין אין מיין קאפ און האט מיר אנגעהויבן אריינרוימען אין מיין אויער (זייער זייער שטיל) אז א שטיקל שפאציר אין גיהנם וואלט יעצט געווען גאר א געלונגענע געדאנק...
יעצט, לאמיר זאגן אז איך וואלט געגלייבט מיין קראנקן קאפ (וואס איז מסוגל מיר איבערצואווייזן יעדע קרומע און פארדרייטע זאך, און אים איבערקערן צו א שכל'דיגע און גראדע געדאנק), וואס וואלט געווען נאכדעם?
איך גיי און איך נעם אריין אין מיר א פארציע לאסט, איך קום צוריק און איך שפיר זיך אזוי שלעכט ווי נאר מעגליך. נישט נאר וועט מיין טאג נישט בעסער ווערן, נאר ווי שלעכט עס איז געווען וועט עס נאך ווערן ערגער. צו איז דען דא א מעגליכקייט אז סיי וועלכע שטח פון מיין לעבן זאל באמת בעסער ווערן? מיין קשר מיט מיין פרוי? מיין באנעמונג מיט מיינע קינדער? מיין בליק אויף די וועלט? מיין גיסטע? אדער אפשר גאר מיין באנק קאנטע?
גארנישט, קיין איינס פון די גייען נישט בעסער ווערן דורך א נפילה. ערגער? מן הסתם יא.
אבער דער פייגעלע אין מיין קאפ לאזט נישט נאך. פיין. דאס איז טאקע דער רגע ווען איך דארף מודה זיין אז איך בין מאכטלאז און זיך קערן צו דעם וואס איז שטערקער פון מיר אז ער זאל מיך צוריק קערן צום גלייכן זינען (ווייל עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז אזוי צו טראכטן, איז צו זיין גענצליך אראפ פון גלייכן זינען). ווען איך טרעף מיך אין א מצב אז איך בין מאכטלאז, וועל איך זיך קערן צו דעם וואס האט יא מאכט, הלוואי זאל איך אים טרעפן היינט.
*
ווי האט נאר א קלוגער איד געזאגט:
"עס איז נישט דא קיין שום מצב וואס א פאל קען נישט ערגער מאכן"